Original scan
Original memorial-book scan 62
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1279

די יידיש־קריסטלעכ ע ליסט ע ז 1035 שטימען, אויסגעווייל ט זענע ן געווארן 6 קריסט ן או ן 5 יידן. דער ניי־געוויילטע ר שטאט־רא ט הא ט אבע ר ניש ט געהא ט קיי ן אריכות ימים. דע ם 7*ט ן אפרי ל זענע ן ד י וואל ן געפסל ט געוואר ן מי ט דעם מאטיוו, א ז בע ת ד י וואל ן זענע ן בי י דע ר וואל־אורנ ע פו ן גוטמאנ ם רעוויר געזעס ן 2 מיטגלידע ר אנשטא ט 3. גלייכצייטי ק אי ז אוי ך באשטימט געוואר ן א טערמי ן פו ן ד י ניי ע וואל ן אויפ ן 18־ט ן מאי. אין זאגלעמבי ע קומע ן כסד ר פא ר אנטי־יידיש ע ארויסטרעטונגע ן אין צוזאמענהאנ ג מיט ן פאבא ר *). ס׳האב ן וועג ן דע ם אינטערוועניר ט: ד״ר וויינציהע ר ביי ם פולקאווני ק רילסק י או ן א דעלעגאצי ע ביי ם שטאט־קאמיסאר, וועלכע ר הא ט געראט ן ד י ייד ן זי ך ניש ט אקעגב* צושטעלן או ן זי ך באמיע ן אויסצומייד ן ד י רעקרוטן. דעם 18*ט ן מא י זענע ן צו ם 2־ט ן מא ל פארגעקומע ן ד י שטאט* ראט וואלן. דאטמא ל אי ז ד י פרעקווענ ץ געווע ן נא ד א קנאפערע. פו ן 7000 וואל־בארעכטיקט ע האב ן נו ר געשטימ ט 1631. ד י ייד ן האב ן באקומען 12 מאנדאט ן או ן ד י קריסט ן 15. אין בענדי ן ווייל ט צו ם 2־ט ן מא ל א ן אמעריקאנע ר מיסיע, וועלכ ע האט באשטימ ט 60 טויזנ ט שפייז־פארציע ס פא ר שו ל קינדער. ד י פארציעס זענע ן באשטאנע ן פו ן מילך, רייז, קאקא א או ן ווייצן־ברויט. אחוץ דע ם אי ז פא ר יעד ן קינ ד באשטימ ט געוואר ן א האלבע ר קיל א זייף א חודש.

passage_66aa538c82ac62bdef0f0948
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1281-2256

דעם 28*טן יוני 1919 איז אפגעשטעלט געווארן די וועכנטלעכע צייטונג "אונזער טעלעפאך, וועלכע איז דערשינען אין בענדין, זייט דעם 14טן נאוועמבער 1913. ס׳זענען דערשינען איינמאליקע אויס- גאבעס "פרייטאג" און "ערב שבת". דעם 18טן יולי 1919 האט אין בענדי אנגעהויבן צו דערשיינען א וועכנטלעכע יידישע צייטונג אונטערן נאמען: "זאגלעמביער ציי- טונג". אין ווינטער 19/1918 האט געהערשט א שרעקלעכער יקרות אויף אלע לעבנסמיטל־פראדוקטן. באזונדערם לאזט זיך פילן א גרויסער ברויט־מאנגל, וועלכער רופט זיך א פשוידערלעך אויף די ארימע יידישע מאסן. דעם דאזיקן מצב נוצן אויס פארשידענע טונקעלע עלעמענטן, וועלכע פארשפרייטן קלאנגען, אז דאס האבן יידן אויס- געשרויפט די פרייזן. אלם פועל יוצא פון דער אנטיסעמיטישער העצע זענען אין פיל שטעט פארגעקומען אנפאלן און רויבערייען אויף יידן. דער מאגיסטראט דערקלערט די סיבה פון יקרות מיט דעם, וואס ס׳איז פארן נייעם שניט, ווי אויך צוליב טראנספארט שוועריקייטן.

passage_a703334bc6d01f27bbf19cd1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2258-3574

ביים סוף פון יאר 1919 זענען אנגעקומען די איבע־בשורות וועגן די מוראדיקע פאגראמען, וואס פעטליוראס באנדעס האבן איינגע־ ארדנט איבער די שטעט און שטעטלעך אין אוקראינע, ווו טויט און פארוויסטונג זענען געווען די הערשער איבער דער שוצלאזער יידישער באפעלקערונג. די בלוטיקע כוואליע פון פיין, וועלכע האט נישט געהאט אירס גלייכן אין דער יידישער געשיכטע, האט געמאכט א קאלאסאלן רושם אויפן זאגלעמביער יידנטום. עס זענען געמאכט געווארן פרווון פאר א הילפס־אקציע לטובת די געליטענע, אבער קיין גרויסן פארנעם האט די אקציע נישט געקענט אננעמען, ווייל צוליב דער מלחמה איז די היגע יידישע באפעלקערונג שטארק פאר־ ארימט געווארן. אויך אין אנהויב 1920 הערשט א גרויסער יקרות. דער האנדל *) רעקרוטירונג צו ס סיליטער די רע ד **) 1936 איז כמעט אפגעשטעלט געווארן, אויד טויזנטער בעלי מלאכות זענען געווארן ארבעטסלאז. פארערגערט די לאגע האט נאך דער פאקט, וואס דער לעבנסמיטל־ קאמיטעט, וועלכער האט אין פארלויף פון די מלחמה יארן געטון א גרויסע וויכטיקע ארבעט אויפן געביט פון פארזארגן די יידישע באפעלקערונג מיט שפייז — איז דעם 1־טן פעברואר 1920 ליקווידירט געווארן. אויפן ארט פון קאמיטעט, זענען ביי פארשידענע אינסטי־ טוציעס געגרינדעט געווארן א גאנצע ריי קאאפעראטיוון, וועלכע האבן נישט געהאט קיין אריכות ימים.

passage_cc8301bbf5de52b2f15cea81
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3576-4863

טראץ דער מאטעריעלער נויט, לאזט זיך אין 1920 באמערקן א דערפרייענדיקע דערשיינונג אויפן קולטור־געביט. ס׳ווערן געגרינדעט ביבליאטעקן, דראמאטישע קרייזן, ס׳קומען פאר פיל פארלעזונגען און טעאטער פארשטעלונגען. א באזונדערע אקטיווע טעטיקייט האבן געפירט די "פועלי ציון" און דער "גראסער קלוב". די קהילה האט אויך געוואלט גרינדן א האנטווערקער־שול. צו דעם צוועק זענען גערופן געווארן א גאנצע ריי קאנפערענצן, צו וועלכע ס׳איז אבער געקומען א גאנץ קליינע צאל פאראינטערעסירטע, אזוי אז דערפון איז גארנישט געווארן. אין פעברואר 1920 האט אין בענדי אויסגעפעלט ברויט. ס׳איז כמעט אומעגלעך געווען צו באקומען דאם באנע־ברויט (אויף מאגים־ טראט־קארטן). דער געדראנג אין די רייען פאר די ברויט־געוועלבער און בעקערייען איז געווען געוואלטיק און האט דערמאנט די נישט לאנג פארשווונדענע מלחמה צייטן. ערשט ווען דער מאגיסטראט האט איינגעטיילט די שטאט אין 60 רעווירן און האט באזארגט די ניי געעפנטע פארקויף־שטעלן מיט מעל, האט זיך די לאגע פארבעסערט. זייט מערץ 1920 איז — אלס רעזולטאט פון א סיים־געזעץ — איינגעפירט געווארן אין פוילן דער אבליגאטארישער זונטאג רו. די סוחרים האבן באקומען שטרענג ע אויפפאדערונגען זיך צוצופאסן צום נייעם געזעץ, וועלכס האט אויך שווער געטראפן די יידישע בעלי מלאכות.

passage_9630fc0c110f7ef8abc364cd
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4865-6176

די פויליש־באלשעוויסטישע מלחמה איז אויך נישט אדורך אן אפקלאנגען אין זאגלעמביע. אויפן חשבון פון די יידן האבן זיך אנגעהויבן שיטן א גאנצע ריי זינלאזע באשולדיקונגען. מיט א באזונדערן אייפער האט עט געטון דאס העץ־בלעטל "איסקרא", וועלכעס האט אין יעדן נומער געווארפן א גאנצע ריי שמוציקע בלבולים און "ידיעות" וועגן יידן שפיאנען, ליכוויאזשעם אאז״וו. אין רעזולטאט פון דער פייגלעכער העצע, האבן זיך ווידער באנייט די עקסצעסן, וועלכע האבן געדויערט לאנגע חדשים. נישט קוקנדיק אויף די אלע צרות, האבן דאך בענדינער יידן געפונען צייט צו פירן א רבנות־קאמף, וועלכער דויערט, מיט פארשידענע פויזעם, ביזן היינטיקן טאג **). אין יאנואר 1921 איז, נאד לאנגע באמיונגען, געעפנט געווארן ביי דער געז. "ארבעטער היים" אין בענדין, א קינדערהיים מיט דער יידישער אונטערריכט שפראך. אין דערזעלבער צייט איז אויך געגרינדעט געווארן די יידישע דראמאטישע געז. "מוזע", וועלכע האט זיך שפעטער פרעזענטירט מיט א גאנצער ריי אויפפירונגען, ווי: "דיבוק", "דארפסיונג", "ביינאכט אויפן אלטן מארק" און אנד. דעם 1־טן נאוועמבער 1922 זענען פארגעקומען די 2־טע סיי ם וואלן. אויפן אלגעמיינער יידישער ליסטע נומ׳ 16 האט קאנדידירט ד״ר ש. וויינציהער, וועלכער איז צום 2־טן מאל אויסגעוויילט געווארן מיט 17.400 שטימען. 58 -

passage_529c1964eaa4ae6f0e984d3f