Original scan
Original memorial-book scan 64
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1081

דער דאקטוירים פאריין, צו וועלכן ד״ר וויינציהער דאט אנגעהערט, האט אים אויסגעשלאסן אלס מיטגליד, צוליב דעם, וואס ד״ר וויינציהער איז אלס סיים דעפוטאט געווען א מיטגליד פון יידישן נאציאנאל ראט. עטליכע נאציאנאל־געזאנענע יידישע דאקטוירים זענען אלס פראטעס ט פרייוויליק ארויסגעטרעטן !פונט פארבאנד . עם האט זי ר ווידער אנגעהויבן א העצע מצ ד דע ר "איסקרא" , אבער דאסמאל איז שוין דאס העץ־בלעטל נישט געווען איינזאם, ווייל ס׳האבן אים צוגעהאלפן עטליכע משומדים און די אסימילאטארן . אין דעצעמבער 1922 האבן זי ד — נאד א לענגערע ר שטילקייט אויפן קולטור־געביט — ווידער אנגעהויבן באווייזן סימנים פון א באנייטער קולטור־טעטיקייט אין בענדין. ס׳איז געגרינדעט געווארן די געז. "אוונט קורסן פאר ארבעטער", וועלפע האבן געעפנט א גאנצע ריי קורסן פאר יידישע ארבעטער איבער פארשידענע קעגנשטאנדן, אין דער יידישער שפראך. די קורסן זענען באזוכט געווארן דורך הונדערטער ארבעטער און אנגעשטעלטע. דאס יאר 1923 האט זיך נישט אויסגעצייכנט מיט קיין באזונדערע געשעענישן, וועלכע ס׳וואלט כדאי געווען צו פארצייכענען .

passage_f1b996e1665504f10bc531cc
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1083-2100

אנהויב יוני 1924 זענען אין בענדי ן פארגעקומען וואלן צו דער קהלה. דער וואל־קאמף האט זיך אנגעהויבן א סך פריער פארן בא־ שטימטן וואל־טאג. דער וואל־קאמף איז געווען א זייער שארפער און דער אינטערעס א גרויסער. אין וואל־טאג איז די אגיטאציע אנטוויקלט געווארן צו א גאר גרויסן מאסשטאב. א סך וויילער זענען אין אויטאס און דראשקעס געפירט געווארן צו די וואל־אורנעם. אין רעזולטאט זענען געוויילט געווארן פון: אלם פועל יוצא פון דער שלעכטער עקאנאמישער לאגע אין לאנד, ווערט אויך ערגער דער מצב פון דער יידישער באפעלקערונג. ס׳הויבן זיך אן קריזיס־יארן, די ארבעטסלאזיקייט וואקסט אין א שנעלן טעמפא. במשך פון דער ערשטער העלפט יוני זענען אין זאגלעמביע רעדוצירט געווארן העכער 8 טויזנט ארבעטער. אויף זיין צוריקרייזע פון ארץ ישראל האט אין בענדי ן געהאלטן א פארלעזונג דער שריפטשטעלער ה. ד. נאמבערג, וועגן זיינע דאר־ טיקע איינדרוקן. צו דער פארלעזונג איז געקומען א גרויסער עולם און דער רעפעראט איז אדורך מיט א גרויסן דערפאלג.

passage_edca3b34b7fe61b49f5be682
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2102-3240

דעם 31־טן יולי 1924 האט אין בענדי ן געוויילט די בארימטע פוטבאל מאנשאפ ט פונ ם ווינער "הכה". כדי מקבל פנים צו זיי ן די געסט, איז געגרינדעט געוואר ן א קאמיטעט, אין וועלכ ן ס׳האבן זי ך באטייליקט פארשטייער פונ ם אל ע נאציאנאל ע אינסטיטוציעס. ס׳זענען באשטימט געוואר ן דעלעגאציעם, וועלכע האבן איינגעארדנ ט פאר די געסט א קבלת פנים ביי דער באן־סטאציע. אין אקטאבער 1924 איז אין בענדי ן געגרינדעט געוואר ן א ן אפי טיילונג פון דער יידישער שול ארגאניזאציע. צו דער גרינדונמדפארזאמ־לונג איז פון דער ווארשעווע ר צענטראל ע דעלעגיר ט געוואר ן ב. אייסוראוויטש׳ וועלכער האט אויף דער פארזאמלונג רעפעריר ט וועג ן - 60 דער !דעכטלעך־פאליטישע ר לאגע פון דער יידישער שול. ס׳איז ) געוויילט געוואר ן א פראוויזארישע פארוואלטונג, וועלכ ע איז גלייך צוגעטרעטן צו דער ארבעט צו פאפולאריזירן דעם געדאנק פון וועלט* לעכן שול־וועזן אין בענדין. דעם 4־טן יאנואר 1925 האט בענדי ן באגריס ט א חשוב ן גאסט, דעם גרויס ן דענקער ד״ר חיים זשיטלאווסקי. צו זיין פארלעזונ ג אוי ף דער טעמע: "דער זין פון מענטשלעכן לעבך, איז געקומען א ריזיקער עולם׳ וועלכער האט אויסגעפילט דעם טעאטע ר זאל.

passage_6c01bb6de77ddb7619f538a1
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3242-4340

אין זיינען העכער 2 שעהדיקן רעפעראט האט זשיטלאווסקיא אנט־ וויקלט די מיינונגען פון די גרעסטע פילאזאפן און דיכטער איבער דעם אויביקן פראבלעם, ווי אויך זייער אייגענעם פילאזאפישן צוגאנג. אין פעברואר איז פארגעקומען די גרינדונגס פארזאמלונג פון קליינהענדלער פאריין, וועלכער איז ביז היינט א וויכטיקע אינסטיטוציע אין אונזער שטאט. אין אפריל 1925 איז דער בענדינער שטאט־ראט אויפגעלעזט געווארן און אלס צייטווייליקער קאמיסאר איז באשטימט געווארן ה׳ מיכעל (שפעטערדיקער שטאט פרעזידענט). דערווייל ווערט די יידישע עקאנאמישע לאגע נישט בעסער און אלס פועל יוצא פארן אפקיין ארץ ישראל הונדערטער יידן, מיט דער אזוי גערופענער 4־טער עליה. מייסטנס זענען עם קליע־ בירגער אן גרויסע געלט מיטלען און מיט קנאפא פאד קענטענישן. דער פאלעסטינע אמט איז ממש געווען באלאגערט דורכ גרויסע מאסו עליה־קאנדידאטן. זונטאג, דעם 30־טן אויגוסט 1925 זענען פארגעקומען וואלן צום בענדינער שטאט־ראט. עם זענען געוויילט געווארן פון: ה. גאלדשטיין, ק. קאפלאוויטש, ר. רעכטמאן, מ. האמפעל, לידזבארסקי, א. קליינמאן און ה. יאקובאוויטש.

passage_79a2d66bc98f5de99e159fc7
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4342-5261

אין דעצעמבער האב ן דעלעגאציעס פו ן יידישע ראטמענער אי ן בענדין און סאסנאוויץ זיך געווענדעט צו די דארטיקע שטאט־פרעזי־ דענטן וועגן אנגאזשירן יידישע באאמטע אי ן די מאגיסטראטן. די שטאט־פרעזידענטן האבן צוגעזאגט דעם ענין גינסטיק צו דערליידיקן, אבער ביז היינט הענגען נאך די הבטחות אי ן דער לופט. אין יאנואר 1928 איז אין לאקאל פו ן בענדינער "האנטווערקער־ פארייך" פארגעקומען א ראיאן־קאנפערענץ פון יידישע בעלי מלאכות פון דער לעדער בראנזשע. אי ן דער קאנפערענץ האבן אנטייל גענומען פארשטייער פון 16 שטעט אין דער קיעלצער וואיעוואדשאפט. דעם 18־טן יאנואר האבן אנגעהויבן צו קורסירן אין זאגלעמביע די עלעקטרישע טראמווייען אויף דער ליניע בענדין־סאסנאוויץ און צוריק. גלייכצייטיק זענען געמאכט געווארן פראבע־רייזעס נאך דאמבראווע. דעם 30־טן יאנואר האט די בענדינער שטאט־פארוואלטונג געקויפט אין סלאווקאוו א פערמע פאר 32 טויזנט גילדן. אין דער פערמע

passage_dbfca960afff51e664cec06d