Original scan
Original memorial-book scan 65
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1454

ווערן יעדעס לאל איינגעארדנט זומער־קאלאניעס פאר קריסטלעכע און יידישע שול־קינדער. דעם 4־טן מערץ1928 זענען אין פוילן פארגעקומען סיים־וואלן. אין בענדינער און זאוויערטשער פאוויאטן האבן פיגורירט פאלגנדיקע יידישע ליסטעס: נוט'4 (״בוגד״), נוט׳5 (״פועלי ציוך), נומ׳18 (מינדערהייט־בלאק), נוט׳33 (קירשברוין—פרילוצקי בלאק). דער רעזולטאט איז געווען פאלגנדיקער: אין בענדין: ליסטע נוט'4—230 שטימען, ליסטע נוט׳5— 519 שט., ליסטע נוט׳18—4426 שט. און ליסטע נוט׳33—1833 שט. אין סאסנאוויץ: ליסטע נוט׳4—334 שטימען, נוט׳5—620 שט., נוט׳18—3064 שט.,־ נוט׳33—2069 שט. אין דאמבראווע: נוט׳4—123 שט., נוט׳5— 196, נוט׳18— 927, נוט׳33—544 שט. דער אלגעמיינער ס״ה איז געווען פאלגנדיקער: אין בענדינער פאוויאט האט דער נוט׳18 באקומען9397 שטימען. דער נוט׳33—4987 שט. אין זאוויערטשער פאוויאט: נוט׳18—1965 שט. און נוט׳33— 1275 שט. אין רעזולטאט פון די וואלן האט דאס זאגלעמביער יידנטום נישט באקומען קיין מאנדאט צום סיים. די6 מאנדאטן פון זאגלעמביע האבן באקומען: קאמוניסטן— 3, סאנאציע—2 און פ. פ. ם.— 1. דעם 11־טן מערץ זענען אין זאגלעמביע פארגעקומען וואלן צום סענאט. אין בענדינער פאוויאט האט די ליסטע נוט׳18 באקומען 7740 שט. און נוט׳33—2431 שט. אין זאוויערטשער פאוויאט: נוט׳ 18—1546 שט. און נוט׳33—721 שט. אינם קאמף קעגן יקרות, וואם די רעגירונג האט אוגטערגענומען,

passage_ee07d1b7539b6aeefc01b4ba
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1456-2714

איז אין דער ערשטער ריי גענומען געווארן אין באטראכט דער יקרות אין זאגלעימביע . לויט א סטאטיסטיק פון יאר 1928 געפינען זיך אין בענדי 9177 וווינונגען , וואס באשטייען פון 17.320 צימערן טיט 43.806 נפשות . הייזער באזיצט בענדי 1302 , פון זיי — 1065 געמויערט און 237 הילצערנע . האנדלס־לאקאלן זענען פאראן 2029 . אין אנפאנג אויגוסט האט מען אין בענדי אנגעהויבן צו בויען א נייע באן־סטאציע . דעם 2־טן אויגוסט האט די בענדינער שטאט־פארוואלטונג איבער־ גענומען פון דער "פראנצויזיש־איטאליענישער געז." די שטאטישע עלעקטראווניע. מצד דער שטאט זענען געווען אנוועזנד : פרעזידענט מיכעל, פרעזעם פון שטאט־ראט זשעבראווסקי , מיטגלידער פון דער קאמיסיע : ד״ר רעכטמאן און אינזש. בערעשקא . דעם 10־טן דעצעמבער זענען אין בענדי פארגעקומען שטאנד ראט וואלן , אין וועלכע ס׳האבן זיך באטייליקט אן ערך 60 פראצענט וואל־בארעכטיקטע. דער רעזולטאט איז געווען פאלגנדיקער : ליסטע נוט׳ 6 (פ״צ רעכטע) , 566 שט. 1 מאנדאט : יעקב ערליך . פדוין. ראטנער אין אקטאבער 1929 האבן הונדערטער יידישע משפחות , וואס האבן געצויגן היונה פון האנדל אויפן אלטן מארק , געמוזט פארלאזן זייערע פלעצער און זי אריבערטראגן טיט זייערע סטראגאנעס אין די ניי־אויסגעבויטע האלעס אויף דער מאנדזשעווער גאם .

passage_05c9ec6c6a80aa2c633bac63
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2716-3952

אסך הענדלער האבן נישט געהאט פון פריער קיין אויסגעקויפטע פלעצער אויפבודקעם און ס׳האט זיי דעריבער געדראט די געפאַר צו פארלירן זייערע האנדלס־פלעצער. וועגן דעם ענין האבן אינטער* ווענירט ביים מאגיסטראט די יידישע ראטמענער, אבער אן דערפאלג. ס׳איז אויך געפאָרן וועגן דעם א דעלעגאציע צום וואיעוואדע, וועלכער האט מסבים געווען אפצולייגן דעם איבערטראגן דעם מארק אויף א חודש צייט. דעם 1־טן דעצעמבער איז אין בענדי ן געעפנט געוואָרן די וואסער לייטונג. צו דער פייערלעכער דערעפנונג זענען געקומען פארשטייער פון אינערן מיניסטעריום, וואיעווודזטווע און א גאנצע ריי געסט. אין אקטאבער 1930 איז דער בענדינער שטאט־ראט אויפגעלעזט געווארן, און אלס קאמיסאר איז באשטימט געווארן דער רעפערענט פון דער סאסנאוויצער האנדלס־קאמער. אין די מאטיוון איז אנגעגעבן געווארן, אז צוליב דעם, וואס דער שטאט־ראט האט נישט געהאט קיין שטענדיקע מערהייט, האט זיך דאם שלעכט אפגערופן אויף דער ארבעט, אין נאוועמבער 1930 זענען פארגעקומען סיים־וואלן. צוליב דעם, וואם ס׳איז נישט געווען קיין איינהייטלעכע יידישע ליסטע, איז די שטימען צעשפליטערונג געווען א זייער גרויסע. צוליב דער סיבה איז דאס יידישע זאגלעמביע געבליבן אן רעפרעזענטאנץ צום סיים און סענאט.

passage_85007002be630b10ad2bc997
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3954-4303

דעם 3־טן יאנואר 1931 איז נאדא קורצער קראנקהייט געשטארבן דער באקטנטער יידישער מאלער משה אפעלבוים, וועלכער איז געווען דער קינסטלערישער לייטער ביים אויסמאלן די בענדינער שטאטישע שול. אפעלבוים האט די לעצטע יארן פון זיין לעבן געוווינט אין אונזער געגנט און איז געקומען צו קבורה אויפן קאטא־ וויצער בית עולם. - 61

passage_f01d71194ea323ea7fa8323e