און מאי 1931 זענען אין בענדי פארגעקומען וואלן צו דער קהלה. דער וואל־קאמף איז געווען א זייער שארפער און די וואל־פרעקווענץ האט באטראפן 80%. דער רעזולטאט איז געווען פאלגב־ סטאציע. ביי דער פייערלעכער דערעפנונג זענען אנוועזנד געווען פארשטייער פון דער מאכט און פון דער שטאט־פארוואלטונג. אין אקטאבער 1931 האט געוויילט אין אונזער שטאט דער בארימטער העברעישער דיכטער חיים נחמן ביאליק, וועלכער האט באזוכט גאנצע די געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציעס און שולן. אין אקטאבער 1932 איז אין בענדי געעפנט געווארן דאס יתומים הויז, וועלכם שטעלט מיט זיך פאר א גרויסן בנין, ווו ס׳האבן געפונען א ווארימע היים א גרויסע צאל ארימע יידישע קינדער. אין דער פייערלעכער דערעפנונג האבן זיך באטייליקט פארשטייער פון די געזעלשאפטלעכע איגסטיטוציעס, ווי אויך א גרויסע צאל איינגעלאדענע געסט. אין יאנואר 1933 איז — מיטן אנטייל פונעם "דזשאינט"־פארשטייער גיטערמאן — ארגאגיזירט געווארן א גרויסע פראפאגאנדע־אקציה פאר דער גמילת חסד קאסע. עס זענען פארגעקומען א גאנצע דיי מאס פארזאמלונגען, אויף וועלכע ס׳איז ארומגערעדט געווארן וועגן די באדייטונג פון די קאסעס, וואס ראטעווען אסך הענדלער און בעלי מלאכות פון אונטערגאנג.
אין מערץ הויבן אן אנצוקומען טרויעריקע ידיעות פון דייטשלאנד וועגן שרעקלעכע אידן רדיפות און צוזאמענהאנג מיט היטלערס קומען צו דער מאכט. עס איז געשאפן געווארן א פארייניקטער קאמיטעט, וועלכער האט ארגאניזירט א פראטעס מאַניפעסטאציע קעגן די רדיפות. 4 זייגער נאכמיטאג זענען אלע יידישע געשעפטן געשלאסן געווארן און טויזנטער יידן האבן געשטראמט צום "הכח" פלאץ, ווו ס׳איז, אונטערן פרייען הימל, אפגעהאלטן געווארן א גרויסער מאסך מיטינג. שפעטער איז פארגעקומען א גאסן דעמאנסטראציע. גלייך צייטיק זענען אויך פארגעקומען מיטינגען אין אלע זאגלעמביער שטעט און ס׳איז פראקלאמירט געווארן דער באיקאט אויף דייטשע סחורות. דאס יאר 1934 האט זיך אנגעהויבן אונטערן צייכן פון גרויסע רעדוקציעס אין דער אינדוסטריע. אין די חדשים יאנואר — פעברואר האבן טויזנטער ארבעטער פארלוירן זייערע ארבעטס־ פלעצער און ממילא האט זיך דאס געמוזט שלעכט אפרופן אויך אויף די יידישע קרעמער און בעלי מלאכות. אין יאנואר איז אין זאגלעמביע פארגעקומען א ןאקציע לטובת דעם יידישן בוך, וועלכע איז דורכגעגאנגען מיט א באדייטנדן דערפאלג. דעם 27־טן מאי 1934 זענען אין זאגלעמביע פארגעקומען שטאט־ ראט וואלן, וועלכע האבן געגעבן אין בענדין פאלגנדיקע רעזולטאטן: ליסטע נומ׳ 1 "בע־בע" (פוילישער אומפארטייאישער ב?*אק) 1064 שטימען, 3 ראטמענער.
ליסטע נומ׳ 3 (פועלי ציון רעכטע) 551 שט. אויסגעוויילט אהרן האמפעל. ליסטע נומ׳ 4 (בונד) 321 שט. אויסגעוויילט ד״ר פערעל. ליסטע נומ׳ 5 (בלאק) 1342 שט. אויסגעוויילט: ל. רובינליכט, פדוי צ. שיין, מ. זילבערבערג און י. מאנטאג. ליסטע נונד 6 (האנטווערקער) 1220 שטימען, אויסגעוויילט: ה. ל. גאלדשטיין, א. ד. באלימאווסק און ה. יאקובאוויטש. ליסטע נומ׳ 7 (קליינהענדלער) 756 שטימען, אויסגעוויילט: גרשון רעכניץ און יהושע קליינמאן. ליסטע נומ׳ 8 (נייער האנטווערקער פאריין) 510 שטימען, אויס־ געוויילט: ז/ד. גראסמאן. ליסטע נומ׳ 9 (אגודה) 918 שטימען, אויסגעוויילט: א. ל. גרע־ וואלד, ב. זילבערשאטץ און ש. פיעקארסקי. ליסטע נומ׳ 11 (פועלי ציון לינקע) 300 שטימען, געפעלט 7 שטימען צו א מאנדאט. אויפן פארלאנג פון "צעקאבע" אין ווארשע האט דאס ביורא פון דער בענדינער קהלה צוזאמענגעשטעלט א גענויע רשימה פון אלע פערזאנען, וואס זענען אונטערגעשטיצט געווארן אויפן פסח.
פון דער אדורכגעפירטער סטאטיסטיק האט זיך באקומען א טרויעריק בילד, וועלכס באווייזט, אז די יידישע נויט האט זיך ביי אונז פארגרעסערט אויפן טאפלט. די צאל מענטשן, וואס האט באקומען פסח־שטיצע האט דערגרייכט ביז 1200. אחוץ דעם זענען — צוליב געלטמאנגעל — נישט געבליבן אויסגעצאלט עטליכע הונדערט אסיג־ נאציעם. די גרעסטע צאל מקבלים האבן זיך רעקרוטירט פון קליע־ הענדלער און בעלי מלאכות. ס׳דארף באמערקט ווערן, אז אין יאר 1933 האט די צאל מקבלים דערגרייכט נאר 700. אין פעברואר 1935 איז נאד א שווערער הארץ קראנקקייט נפטר געווארן דער בענדינער רב ר׳ צבי חנוך לעווין ז״ל. אין דער לויה האבן זיך באטייליקט טויזנטער מענטשן און פיל רבנים פון פארשידענע שטעט. גלייך נאך דער לויה האט זיך צעפלאקערט דער קאמף ארום דעם היגן כסא הרבנות, וועלכער איז ביז היינט נאכנישט דערליידיקט. דעם 8־טן סעפטעמבער זענען פארגעקומען די לעצטע סיים־וואלן. צוליב דער ניי־צוגעשניטענער וואל־ארדינאציע, איז פאר דער יידישער באפעלקערונג אין זאגלעמביע נישט מעגלעך געווען ארויסצושטעלן קיין אייגענעם קאנדידאט און דעריבער האבן גרויסע טיילן פון דער יידישער באפעלקערונג געשטימט פאר דער "בע־בע״־ליסטע, וועלכע האט אין זאגלעמביע אדורכגעפירט עטליכע דעפוטאטן. אין אלגעמיין האבן זיך אין די וואלן באטייליקט 46 פראצענט וואל־ בארעכטיקטע.
דעם 17־טן מערץ 1936 איז, אונטערן פארזיץ פון קהל׳ה פרעזעס ל. רובינליכט, פארגעקומען א פארזאמלונג מיטן ציל צו ארגאניזירן א ברייטע הילפס־אקציע לטובת די געליטענע אין פשיטיק. אין דער פארזאמלונג האבן זיך באטייליקט: דער גאנצער ראבינאט, דאזארעס, פרנסים, לאווניקעם און געזעלשאפטלעכע עסקנים. ס׳איז געשאפן גע־ ווארן א;קאמיטעט, וועלכער איז גלייך צוגעטרעטן צו דער הילפס־ אקציע. דעם 30־טן יוני איז אין זאגלעמביע פארגעקומען א פראטעסט־ - 62 -