Original scan
Original memorial-book scan 67
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-935

עטרייק ?!עג ן דע ר כוואליע ע פו ן אנטיסעמיטיז ם או ן אויסראטונגס * גזרות. פונק ט 12 אזייגע ר זענע ן אל ע יידיש ע געשעפט ן או ן ווארשטאט ן געשלאסן געוואר ן או ן ד י באוועגונ ג אוי ף ד י גאס ן הא ט זי ך שטאר ק פארגרעסערט. דע ר פראטעסט־שטריי ק אי ז אדורכגעפיר ט געוואר ן זייער אימפאזאנט , ווירדי ק או ן ערנסט . ד י זאגלעמביע ר ייד ן האב ן אזוי ארו ם זי ך אנגעשלאס ן אי ן דע ר אלגעמיינע ר אקצי ע פונ ם פויליש ן יידנטום. אין סעפטעמבע ר הא ט ד י בענדינע ר פאליצי י ארעסטיר ט עטלעכ ע צענטליק פערזאן , פו ן וועלכ ע א טיי ל אי ז איבערגעגעב ן געוואר ן דע ר געריכט־מאכט, וויי ל זי י זענע ן געשטאנע ן אונטער ן חשד , א ז זי י האבן אויסגעפיר ט באמבן־אטענטאט ן אוי ף דע ר שול , געשעפטן , יידיש ע וווינונגען או ן באגאס ן ד י מלבושי ם פו ן יידיש ע בירגע ר מי ט ברען ־ מאטעריאל. אויפן אר ט פונ ם פארשטארבענע ם דומ״ ץ ר ׳ יהושעל ע טעלנע ר ז״ל אי ז אי ן יאנוא ר 1937 נאמיניר ט געוואר ן אל ס צייטווייליקע ר ר ב אין בענדין , דע ר קאטאוויצע ר ר ב כאמיידעס .

passage_6f4656f9c75812cda627afe7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 937-2012

דעם 21־טן פעברואר איז אין בענזין פארגעקומען א קאנפערענץ מיט דער באטייליקונג פון "ארט״־עסקנים פון בענדין, סאסנאוויץ, דאמבראווע, זאגלעמביע און קאטאוויצער האנטווערקער פאריינען, ווי אויך ארגאניזאציעס און געזעלשאפטן, וואט זייער אויפגאבע איז צו פראדוקטיוויזירן די יידישע מאסן. דער ציל פון דער קאנפערענץ איז געווען צו קאארדינירן די געז. "ארט" אין איין קערפערשאפט און צו פירן אן איינהייטלעכע ארבעט. דעם 10־טן אפריל 1937 האט דאס יידישע געזעלשאפטלעכע זאגלעמביע געפייערט דעם יום טוב פון דער 40־יעריקער קולטורעלער און געזעלשאפטלעכער טעטיקייט פון ד״ר ש. וויינציהער. די פייערונג, וועלכע איז פארגעקומען אינם גרויסן זאל פון בענדינער "בית יתומים", איז אויסגעפאלן זייער אימפאזאנט. עס איז דארט געווער פארטרעטן דאס שענסטע און בעסטע פון דער זאגלעמביער יידישער געזעלשאפט. צו דער פייערונג זענען אויך געקומען פיל געסט פון אויבערשלעזיע, ווארשע און אנדערע שטעט. דעם 6־טן יוני איז אין לאקאל פון דער בענדינער קהלה פאר־ געקומען — אונטערן פארזיץ פון פרעזעס ש. פירסטענבערג — א

passage_68bbc3f715c2076eece6844f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2014-3286

זיצונג מיט דער באטייליקונג פון פארשטייער פון דער קהלה פאר* וואלטונג, ראט און פון געזעלשאפטלעכע ארגאניזאציעס, כדי צו שאפן א פאראייניקטן הילפס־קאמיטעט לטובת די בריסקער געליטענע. אין דער לייטונג זענען אריין פאלגנדיקע פערזאנען: ש. פירסטנבערג (פארזיצער), ד״ר רעכטשאפט, מ. מאנעלא, נ. לאנדנער, ל. בוכווייץ, ג. רעכני ץ און ש. לעווקאוויטש. אין בענדי ן איז ביז צום חודש אויגוסט געזאמלט געווארן 6.795 גל. בעת מיר פארענדיקן די כראניק און מיר גיבן א בליק הינטער זיך, זעען מיר ווידער פאר זיך בילדער ווי מיט 25 יאר צוריק, נאר אין א געענדערטער פארם. דער באיקאט איז מאדערניזירט געווארן מיט פיקעטן, וואס היטן די יידישע געוועלבער, אז ס׳זאל דארט חלילה נישט אריין קיין קריסטלעכער קונה, אויף די הויכשולן ווערן איינגע־ פירט באזונדערע בענק פאר יידישע סטודענטן, פון דאקטוירים, ! אדוואקאטן און אינזשיניערך־פארבאנדן שליסט מען אויס יידן — מיט איין ווארט. מען וויל אונז בגוואלד צוריק אריינשטופן אין געטא און אונז צוקלעבן א געלער לאטע; די פויפעריזאציע פון די יידישע פאלקס־מאסן פארשארפט זיך פון טאג צו טאג און טויזנטער יידן ווענדן זייערע בליקן, זוכנדיק אן ארט ווווהין צו עמיגרירן, ליידער זענען אומעטום די לענדער גע־ שלאסן מיט שווערע עמיגראציע גזרות.

passage_c13b7a69daac81e3e0174f62
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3288-3993

אבער אין דער דאזיקער שווערער אטמאספער פון שנאת חנם און פאראכטונג לגבי אונז, לאזט זיך אויך הערן די שטים פון א טייל פון דער פראגרעסיווער פוילישער אינטעליגענץ קעגן די יידן־ פארפאלגונגען און אנטיסעמיטיזם. און מעגלעך, אז בקרוב וועלן אנהויבן ווייען אנדערע ווינטן, וועלכע — געזונט מאכנדיק די אלגע־ מיינע לאגע — וועלן אויך א סוף מאכן צו דער רעכטלאזיקייט פון די יידישע מאסן אין פוילן. ביבליאגראפיע: ״אנאנסן בלאט״, יארגענג: 1911 — 1913 / "אונזער טעלעפאך. י״ג 193 — 1919 / .,זאגלעמביער צייטונג״, י״ג 1919 — 1937 / פאר־ שידענע דאקומענטן. כלה באדעקנס סקיץ פון משה אפעלבוים כיסוי־ראש של הכלה בשעת החופה רישום של הצייר משה אפלבוים - 63 -

passage_d1723ff092971b973720e082