Original scan
Original memorial-book scan 68
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1330

•־■■ ■ / ד י אנטשטייונג נ*ת 0 יידיש ! געדתקט ן חאר ט אין זאגלאמבי ע (כאראקטער־שטריכן פ1 ן א פערטל־יארהונדעד ט קולטולערע ד פיאנער ן ארבעט ) 1) א קורצע ר אריינפיר . שרייבן ד י געשיכט ע פו ן דע ר "זאגלעמביע ר צייטונג " אי ז בא ־ שטימט קיי ן לייכטע ר עניו , אוי ב מ׳וויל , א ז ד י ארבע ט זא ל וו י געהערי ק און געוויסנהאפ ט אויסגעפיר ט ווערן , וויי ל ד א קומ ט אי ן באטראכ ט א גאנצ ע תקופדו , א יובל . וו ו מ׳דאר ף צוריקמיש ן בלעטע ר או ן אויס ־ פרישן זכרונו ת פו ן זעקס , זיב ן או ן צוואנצי ק יא ר צוריק . אין אזעלכ ע מאמענט ן באווייז ן זי ך אי ן זכרו ן פארשידנפארביק ע בילדער, ווא ס האלט ן זי ך אי ן איי ן טוישן , אי ן איי ן פארביילויפן , ווא ט אייגם יאג ט דא ס צווייט ע ן ס׳דאכ ט זיך , א ז מי ר קוק ן אדיי ן אי ן א קאליידאסקאפ , אי ן וועלב ן מי ר באווונדער ן א פראכטפו ל שפי ל פו ן א קאלאריט־סימפאניע . אז מ׳נעמ ט א צייטונ ג אי ן דע ר האנ ט אדיי ן או ן מ׳ווי ל זי ד מי ט איר באקענען , גי ט מע ן קוד ם כ ל א קו ק אוי ף דע ר איבערשריפ ט וו י אלט ז י איז , וויפ ל יא ר ז י דערשיינט , או ן הא ט ז י דערגרייכ ט א בכבודיקע עלטער , באקומ ט מע ן פא ר אי ר רעספעק ט או ן אכטונג . פארשטייט זיך , א ז וויבאל ד א צייטונ ג עקזיסטיר ט לאנג , דאר ף מען צ ו אי ר האב ן אבטונ ג שוי ן בלוי ז צולי ב אי ר עלטער , ווא ט ז י האט דערגרייכט , פונק ט וו י מ׳הא ט דר ך אר ץ פא ר א ן אלט ן מענטש , וועלכער אי ז דערפאר ן אי ן שכ ל או ן אי ן יארן .

passage_82b915c03ebd5a87fe1b61b7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1332-2281

און א צייטונג איז טאקע פונקט ווי א לעבעדיק וועזן. פונם ערשטן מאמענט, וואט זי הויבט אן צו דערשייגען, מוז מען זי דער־ ציען גראד ווי א קינד פונם געבוירטאג אן. האט מען טאקע אסאך אויסצושטיין פון אט דעם קאפריזנעם צייטונגם־קינד: דא האט עט א סוד אנטדעקט, פון וועלכן די גאנצע שטאט און אומגעגנט קלינגט, אן אנדערש מאל ווארנט דאסזעלבע קינד, נישט אריינצוקריכן אין א בלאטע, פונוואנען ס׳וועט זיין שווער ארויטצוקריכן און זיך ריינצווואשן. דאם איז די אייגנטלעכע מיסיע פון א צייטונג, צו שטיין אויף דער וואך, און ווי א פילבארער סייטמאגראף צו פארצייכענען די פארשידנארטיקסטע וויבראציעס אינעם געזעלשאפטלעכן לעבן. די מטבע האט אבער אויך א צווייטע זייט: די צייטונג דארף טון אלץ, כדי צו דערגרייכן די געהעריקע הויך, אויב זי וויל זיך דערווערבן דאס מאראלישע רעכט צו זאגן א דעה און ארויטגעבן א דעצידירנדיקע מיינונג, מיט וועלכער דער דעת־הקהל זאל זיך רעכענען.

passage_4d1fd85010a005ee203be5fe
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2283-3550

בכדי צו שטיין אויף דער דאזיקער מדרגה, מוז מען אפהיטן די הייליקייט פונעם געדרוקטן ווארט. יעדעס פראבלעם מוז ערליך און אויפריכטיק באהאנדלט ווערן. דער אמת — ווי שרעקלעך און מורא־דיקער זאל נישט זיין — מוז זיין דער אידעאל פון די, וואס דערציען די צייטונג, אבער גלייכצייטיק מוז דער שקר ארויסגעריסן ווערן מיט דער ווארצל, נישט רעכנעדיק זיך מיט קיין שום שטערונגען און בייזוויליקייטן. האבן מיר אפגעהיטן די דאזיקע אקטיאמעסל איז דאס געווען דער אידעאל פון די דערציער? אויף די דאזיקע פאראנטווארטלעכע פראגע־צייכנם דארפן געבן אן ענטפער די לייענער גופא, וועלכע זענען דערצויגן געווארן אויף דער "זאגלעמביער צייטונג". 2) דער פארמלחמהדיקער פעריאד. דעם 21־טן יולי 1911, האט זיך באוויזן דער ערשטער נומער פון דער "זאגלעמביער צייטונג". אבער אין יענע יארן איז ארויסגעגעבן א צייטונג נישט געווען אזוי איינפאך, און דאס צוליב 2 טעמים: ערשטנס, האט זיך א דורכשניטלעכער מענטש מורא געהאלט צוצורירן צום געדרוקטן ווארט, נישט קוקנדיק, וואט ר׳הא ט געקאנ ט האב ן אן אומבאגרענעצטע ליבע צו דער יידישער קולטור. פארקערט, וואט שטארקער ס׳איז געווען די באציאונג, וואט גרעסער די פארשטענדעניש פארן געדרוקטן ווארט, אלץ מער פאראנטווארטלעכקייט האט מען דערפאר געהאט.

passage_1ecb13b255eb13b0c63c4bdc
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3552-4612

פונקט ווי אן אפגעהיטענער סופר האט זיך געהאלטן אין איין טובלען פארן שרייבן די הייליקע אותיות אין א ספר תורה, האט אויך א שרייבער געהאלטן פאר א הייליקייט די ווערטער, וואס האבן געדארפט דורכאים געדרוקט ווערן, און דערפאר איז ער צו זיי ארבעט צוגעטרעטן, נישט ווי צו א פראפעסיע, נאר ווי צו א דערהא־ בענעם אידעאל, צו וועלכן ר׳איז בארופן געווארן דורך דער השגחה העליונה. און צווייטנס, איז אין יענע יארן — אין די צייטן פון דער רוסישער מאנארכיע — נישט געווען פון די לייכטע זאכן צו באקומען א קאנצעטיע אויף א צייטונג, אזוי, אז אונזערע אויסגאבן זענען נישט געווען גלאט כשר. דעריבער האט מען דעמאלט נישט געקענט טראכטן אפילו וועגן אזא ברייטן זשעט ווי אנרופן דאס קינד מיטן נאמען "זאגלעמביער צייטונג". מיר האבן דעריבער געמוזט אפנארן די צארישע רעגירונג און מיר האבן א נאמען געגעבן אונזער צייטונג: "אנאנסן בלאט", וועלכעם מיר האבן געמאכט אלס אן אומזיסטע ביי־ לאגע צו די ווארשעווער צייטונגען, אנדערש וואלטן מיר די צייטונג נישט געקענט אדורכשמוגלען.

passage_cc96457661d8abff30a3f0a6
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4614-5843

שפעטער האט זיך אונז איינגעגעבן ארויפצושטעלן א פרייז אויף דער צייטונג און זייט דעמאלט הויבט זי אן שפילן די ראל פון א זעלבסטשטענדיקן ארגאן, וועלכער איז געווען פארשפרייט פון סאם־ נאוויץ ביז פיעטריקאוו און איז געווען, אחוץ לאדזש, די איינציקע יידישע פראווינץ־אויטגאבע אין געוו. קאנגרעם־פוילן. דאם "אנאנטען בלאט" האט זיך שנעל אנגעהויבן צו אנטוויקלען, אויף אזוי ווייט. אז ט׳איז געווארן נויטיק צו עפענען א רעדאקציע־ אפטיילונג אין טשענסטאכאוו. די אפטיילונג האט זיך געפונען אונטער זער לייטונג פון רפאל פעדערמאן מיטן אנטייל פון משה צ. (צע־ שינסקי, איצט א פערלעגער אין אמעריקע). די צייטונג איז אויך גוט קאלפארטירט געווארן אין פיעטריקאוו, ראדאמטק, קיעלץ, לובלין און אפילו אין אויבערשלעזיע, וואט האט דאן געהערט צו דייטש־ לאנד. אמת, אז די דארטיקע יידן זענען דעמאלט שוין געווען שטארק אטימילירט און זיי האבן נישט געהאט דעם מינדעסטן אינטערעס פאר א יידישע צייטונג, נאר צוליב דעם, וואט זאגלעמביע מיט אויבער־ שלעזיע זענען עקאנאמיש געווען געבונדן, האט דער דאזיקער פאקט געצווונגען די אויבערשלעזישע יידן צו שטיין מיט אונז אין קאנ־ טאקט. די קאטאוויצער און בויטענער סוחרים, אינדוטטריעלער, דאק־ - 64 -

passage_e0994469896c42fe60c5a6df