טויריפ אאז״וו, האב ן פארשטאנען אויטצונוצן די גינטטיקע פאר זיי קאניונקטור און האב ן פשוט פארווארפן די צייטונג מיט אנאנסן. דאם איז געשען אין א צייט ווען ביי אונז האט מען נישט פארשטאנען, צו וואט מ׳דארף אומזיסט "ארויסווארפן" געלט אויף אזעלכע "נארישע־ קייטן". אויב דער אנאנסן־טייל איז געווען גוט אוועקגעשטעלט, איז אבער דער אינפארמאטיווער טייל געבליבן זייער הינטערשטעליק און האט זיך בהדרגה אנגעהויבן צו אנטוויקלען. אזוי צב״ש האט דער שרייבער פון די שורות איבערגעגעבן אין דער פארם פון "בריוועלעך", אונטערן פסעוודאנים ״אברהם״ — אפשפיגלונגען פונעם געזעלשאפטלעכן לעבן. שפעטער ווערט די כראניק פון אלע שטעט און שטעטלעך כסדר רייכער און אינטערעסאנטער. באלד דערנאך איז צוגעקומען לייבל גאלדשטיין, וועלכער האט אינטענסיוו מיטגעארבעט אלס פעליטאניסט, טעאטער־רעצענזענט און האט אויך אפט געשריבן לייט־ארטיקלען. גלייכצייטיק באווייזט זיך אויך ישעיה לעוויקאוויטש, וועלכער הויבט אן, וואט ווייטער, אלץ מער, אנטיילצוגעמען אין דער צייטונג. שפעטער קומט אויך צו מאכט אראנאוויטש, וועלכער באטייליקט זיך אין דער צייטונג מיט דער גרעסטער מסירות נפש, באמיענדיק זיך איר צו געבן א געהעריקן טאן און פארם.
אויך שלמה אבראמטאן, וווינענדיק דעמאלט אין בענדין, באטייליקט זיך מיט עקאנאמישע ארטיקלען, וועלכע זענען געווען געשריבן זאבלעך, אויסגעהאלטן, און דער לעזער האט דערפילט, אז צו אים רעדט א באוווסטזיניקער אינטעליגענט, פון וועלכן מ׳האט געקאנט פיל לערנען. איינציקווייז האבן זיך אויך אנגעהויבן צו באטייליקן מיט פא* לעמישע ארטיקלען: י. וויגאדזקי, גאלדמער, יעביץ, י. מ. וויינרעב, ב. פרעגער א״א. אין קיעלץ, וואט האט אלס א גובערניע שטאט געשפילט א גרויסע ראל, האט אונז רעפרעזענטירט, דער נאד דעמאלט יינגער דיכטער — פישל בימקא, וועלכער פארנעמט היינט א בכבודיקן פלאץ אין דער יידיש־ליטערארישער משפחה אין אמעריקע. דאם איז דער ערשטער פעריאד פונם יידישן געדרוקטן ווארט אץ זאגלעמביע. ט׳מוז אונטערגעשטראכט ווערן, אז קיינער פון אונזערע מיטאר־ בעטער, א חוץ דער שרייבער פ ת ד י שורות, האט נישט געוווטט, דאם די צייטונג איז אומלעגאל און, אז ס׳האט אונז יעדע מינוט געדראט ארעסטירט צו ווערן. וויטנדיק דאם אלץ, האבן מיר נישט גערוט, ביז ס׳האט זיך אונז ענדלעך איינגעגעבן צו באקומען א קאנצעסיע פון פיעטריקאווער גובערנאטאר אויף אונזער צייטונג, וועלכע האט זייט דאו אנגעהויבן צו טראגן דעם נאמען: "אונזער טעלעפאך. אויב מיר האבן פראגרעסירט, מאבנדיק פוגם "אנאנסן בלאט"
א זעלבטשטענדיקע צייטונג מיט א פרייז, וואס האט דאן געהאט א קאלאסאלע באדייטונג — האבן מיר פשוט א פעסטונג אדורב* געבראכן באקומענדיק די קאנצעסיע, ווו מיר האבן שוין געקענט לעגאל ארבעטן. פאר דער דאזיקער, אומבאגרייפלעך שווערער, פיאנערישער אר* בעט, האט דער שרייבער פון די שורות צו פארדאנקען זיין פאטער, וועלכער האט זיך פאר קיינעם און פאר גארנישט אפגעשטעלט ביז ס׳האט זיך אים איינגעגעבן צו רעאליזירן די קאנצעסיע. פריער האבן מיר געמוזט דרוקן אונזער צייטונג אין שלמה בעלכאטאווסקים דרוקעריי אין פיעטריקאוו, וואס ט׳איז אג ב נישט לייכט אנגעקומען. באקומענדיק די קאנצעסיע אויף "אונזער טעלע־ פאן", האבן מיר זיך געמוזט ארומזען wegen א דרוקעריי אין בענדין, צו דעם צוועק האבן מיר זיך פארבונדן מיט אפרים זיידנער, וועלכער איז אין יענע יארן געווען דער באזיצער פון דער גרעטער דרוקעריי אין בענדין, און דעם 14־טן נאוועמבער 1913 איז דערשינען דער ערשטער נומער "אונזער טעלעפאן", אלץ פולקאם לעגאַלע צייטונג די דאזיקע דאטע איז די וויכטיקסטע אויפן געביט פונעם יידישן צייטונגם־וועזן אין זאגלעמביע.
ווי נו ר ט׳זענען דערשינען 2 נומערן פון דער לעגאלער צייטונג איז אנגעקומען פון ברעסלע די טרויעריקע ידיעה, אז דארט איז נפט געווארן דער בענדינער רב ר׳ ישכר בעריש גרויבארט ז״ל. מיר האבן דאן ארויסגעלאזט אן עקסטרע אויסגאבע, וועלכע איז פאר* שפרייט אין פיל טויזנטער עקזעמפלארן, נישט בלויז אין דער שטאט, נאר ■אויך אין דער גאנצער אומגעגנט און אין די ווייטער שטעט. דער אינטערעם צו דער צייטונג איז געווארן אזוי גרויס, דאם מיר האבן זי געמוזט ארויסגעבן טעגלעך, אזש ביז נאך דער קבורה פונעם גרויסן נפטר. וואט ווייטער האט זיך די צייטונג אלץ מער און מער איינגע* בירגערט, אין זי האט ארום זיך קאנצענטרירט די בעסטע מענטשן פון יידישן זאגלעמביע. אלם אן אומפארטייאישער ארגאן האט זיך אונזער צייטונג שטענ־ דיק באמיט צו שטיין אויף דער געהעריקער הויך און אזויארום געקעמפט פאר א בעסערן עקזיסטענץ און א שענערן צוקונפט. אונזערע ארטיקלען, וועלכע זענען געשריבן געווארן לאגיש און מיט א געהעריקער באגרינדונג, האבן ארויסגערופן אלזייטיקן רעספעקט און אינטערעם און אזויארום צוגעצויגן צו א שטענדיקער מיטארבעט אזעלבעפערזאנען ווי :י. פסחזאן, מ. האלפערן, ג. סטאוו* סקי, ב. טענצער, מ. פיינקינז ז א״א.
אבער אין מיטן דער אנטוויקלונג, אינם שענסטן און בעסטן גלאנץ־פעריאד פאר דער צייטונג, האט פלוצלינג א בליץ געטון און ט׳איז אויטגעבראכן דאס העלישע פייער — די וועלט מלחמה פון יאר 1914. 3) אקופאצמן פעריאד. פרייטאג, דעם 31־טן יולי 1914 איז דערשינען די צייטונג און צומארגנס, שבת, איז דאם רוסישע מיליטער, נאטשאלטטווע, פאליציי רעגירונגס־באאמטע אין א בהלה אנטלאפן קיין ווארשע. זונטאג איז שוין זאגלעמביע געווען באזעצט דורך א דייטשער מיליטער־אפטיילונג. די שרעק איז געווען אין לשער, צוליב דעם וואס די דייטשן האבן דערקלערט קריגס און באלאגערונגס־צושטאנד און האבן רעקווירירט די ערשטע לעבנסמיטל פראדוקטן. מיר זענען גלייך אפגעשניטן געווארן פון ווארשע און לאדזש און האבן קיין שום פארבינדונגען נישט געהאט, אזוי, אז מיר האבן זיך געפונען ווי אין א קאסטן, ענג, נישט דעם אטעם צו כאפן. דעמאלט האבן מיי זיך ווידער געפונען אין א פארצווייפלטער לאגע. וואס טוט מען? ארויסגעבן די צייטונג 1 שטעלן זיך אין פארבינדונג מיט די דייטשן, פון וועלבע מיר דארפן באקומען די ידיעות און 65 -