Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 70
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-680

צושטעלן די צייטונג צו דער צענזור, איז געווען א געפאר, ווייל יעדער איז דאך געווען זיכער, אז היינט—מארגן קומען די רוסן צוריק, און דאן וועט מען אלע, וואס האבן געהאט א מגע ומשא־מיטן שונא פארשיקן אין קאלטן סיביר. אוועקשטעלן זיך ווידער אין א זייט און נישט ארויסגעבן די צייטונג אין אזא גורל־מאמענט, ווען מ׳דארף נאך מער ווי אין א נארמאלער צייט נעמען אויף זיך די התחייבות, האבן מיר ביי זיך אויך נישט געקענט פועלן. באך לאנגע וואקלענישן האט געזיגט דער געדאנק ווייטער ארויסצוגעבן די צייטונג, און צוליב די אומגעהויערע וויכטיקע געשעענישן, האבן מיר זי באשלאסן צו פארוואנדלען צייטווייליק אין א טאג צייטונג.

passage_ba3ae32534a24ab8e859f6f7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 682-1443

נישט האבנדי ק קיין שום יידישע צייטונג, האט מען פשוט גע־ שלונגען אונזערע אויסגאבן. מ׳דארף נישט פארגעסן, אז די צייטונג איז דאן געווען א וועג־ווייזער. אין איר זענען געווען געדרוקט די פארשידעגע באקאנטמאכונגען און פארארדנונגען פון דער דייטשער עטאפן־קאמענדאנטור און אזוי­ארום זענען די לעזער אינפארמירט גע־ ווארן, ווען מ׳מעג זיך באווייזן אין די גאסן, וואס מען טאר נישט האלטן אין שטוב אן א באזונדערער דערלויבניש אאז״וו. אונזער אויפגאבע איז אויך געווען צו ווארענען די איינוו1ינער, אז זיי זאלן זיך צוהערן צו די באפעלן פון דער בירגער־מיליץ, ווען אפילו דאס זענען יידן און דערצו גוט באקאנטע. די טעגלעכע צייטונג איז אלזא דעמאלט געווען א וויכטיקער פאקטאר אין אונזער טאג־טעגלעכן לעבן.

passage_21896927e793cd5b64dca25c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1445-2694

וואס לענגער די דייטשן האבן זיך געפונען אין פוילן אלץ מער האבן זיי אנגעהויבן צו באלעבאטעווען, באזונדערס ביי אונז אין זאגלעמביע, ווו — צוליב דער סטראטעגישער לאגע — האבן זיי זיך געפילט זיכערער און באקוועמער. ס׳איז דערגאנגן דערצו, דאם זיי האבן אונז קאנפיסירט א נומער "אונזער טעלעפאן" און פארארדנט די צייטונג גענצלך אפצושטעלן. אבער דערמיט איז די פראגע נאכנישט געלעזט געווארן. אין א געוויסן טאג איז געקומען א קאמיסיע מיטן שעף פון דער דייטשער פרעסע־פארוואלטונג אין דער שפיץ, וואס האט אדורכגעפירט א רעוויזיע אין אונזער רעדאקציע און געפאדערט די געהיימע טעלעפאנישע פארבינדונג מיט דער רוסישער רעגירונג, פונוואנען מיר באקומען די ידיעות פאר "אונזער טעלעפאן". אז מיר האבן זיי דערקלערט, דאס ' בלויז דער נאמען פון דער צייטונג איז אזא און מיר ווייסן נישט פון קיין שום אונטערערדישע פארביג ־ דונגען, האבן זיי אלץ נישט געגלויבט און זענען געגאנגן זוכן דעם אונטערערדישן טעלעפאן אין דער דרוקעריי פון דער צייטונג. פאר ־ שטייט זיך, אז אויך דארט האבן זיי גארנישט געפונען. אבער דער סוף איז געווען, אז מער האבן זיי אונז די צייטונג נישט געלאזט ארויסגעבן, מיר זענען שוין געווען ביי זיי אפגעזענקט.. . 4) אין פאפרייטן פוילן .

passage_64b83f6a880cd1cfb130f2d0
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2696-3863

מאנטאג, דעם 11־טן נאוועמבער 1918 האט זאגלעמביע ממש יעדע שעה אנגעהויבן צו באקומען אן אנדער קאליר. יעדע וויילע האבן מיר געזען אנדערע בילדער און אינסטינקטיוו האט מען געפילט, אז ס׳קומט אן איבערברוך אין דער וועלט־ארדענונג, במשך פון עטלעכע שעה איז די דייטשע מיליטער־און ציוויל־פאוואלטונג פשוט אנטלאפן פון זאגלעמביע. דאס איז געשען בליץ־שנעל, לויט דער דייטשער ארדענונג און פינקטלעכקייט אזוי, אז ביז די איינוווינער האבן באוויזן זיך צו אריענטירן, וואסערע היסטארישע געשעענישן עם שפילן זיך אפ, האט מען שוין קיין דייטש פאר דער ליכטיקער שיין נישט געזען. גלייך האט זיך געשאפן א פאלקס־מיליץ, אין וועלכער ס׳האבן זיך באטייליקט די בירגער פון זאגלעמביע, וועמענס אויפגאבע ס׳איז געווען צו דערהאלטן די ארדענונג און צו דעם צוועק האבן זיי אויך באקומען געווער. גלייך האבן מיר אנגעהויבן באגייען "אונזער טעלעפאך, וואס איז פאר די דייטשן געווען אן אומגעהויער געפערלעכער משחית. אבער דער נאמען האט שוין קיין גרויס מזל נישט געהאט. דעם 28־טן יוני 1919 האט ווידער די פוילישע מאכט אפגעשטעלט די צייטונג, ביז דער ענין וועגן "אונזער טעלעפאך וועט קלאר ווערן.

passage_643d25da0a6fd6c8fcb5fa41
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3865-5073

מיר האבן אבער נישט געוואלט פארלירן קיין צייט אין אזא וויכטיקן היסטארישן מאמענט, בעת מ׳האט זיך שטארק גענויטיקט אין א לאקאלן ארגאן און מיר האבן זיך געהאלפן מיט ארויסלאזן איינמאליקע אויסגאבעס, אזוי איז דעם 4־טן יולי 1919 דערשינען דער „פרייטאג" און דעם 11־טן יולי דער "ערב שבת". היות ווי מיר האבן ביז דעם טערמין נישט געקענט באקומען קיין גענויע אויפקלערונג וועגן פארמאכן "אונזער טעלעפאן" און מ׳האט אים אויך גישט דער־ לויבט ווייטער ארויסצוגעבן, האבן מיר דעם 18־טן יולי 1919 אנגע־ הויבן ארויסצוגעבן די "זאגלעמביער צייטונג", וועלכע דערשיינט ביזן היינטיקן טאג. מיטן ווידערגעבורט פון דער פוילשער מלוכה, זענען די בירגער באפרייט געווארן פון יאכן און קנעכטשאפט און ס׳האט אנגעהויבן צו פולסירן א ניי לעבן. צוזאמען מיטן פוילישן פאלק, האבן אויך מיר אידן צוגעטראגן ליים און ציגל צום גרויסן אויפבוי־ווערק, וואס הייסט אומאפהענגיק פוילן. אין אזא היסטארישן מאמענט האט אויך אונזער געזעלשאפטלעך לעבן אנגענומען אנדערע פארמען אזוי. אז די צייטונג איז געווארן דער לעבעדיקער פאקטאר, דער וועגווייזער פאר די בירגער, וועלכע האבן אויף זיך געמוזט נעמען די התחייבות לגבי דער ניי־אנטשטאנענער מלוכה.

passage_1ed174eb8efe403e9b4b119e
Passage 6normalized OCR · source chars 5075-6196

צו יעדער צייט האבן מיר געדענקט אפצוהיטן די ריינקייט פון דער צייטונג און נישט לאזן דערנידריקן דאס געדרוקטע ווארט. מיר האבן אויסגעמיטן דאם פירן פון פערזענלעכע פאלעמיק אויף אונזערע שפאלטן, פונקט ווי מיר האבן נישט דערלאזט, אז יחידים זאלן אפטון על דעת עצמם, אין נאמען פון דער געזעלשאפט, וואם זיי וועט נור געפעלן ווערן, דאקעגן האבן מיר צו יעדער צייט ארויסגעוויזן די גרעסטע מאס אנערקענונג און דאנקבארקייט פאר ערלעכע און איבער־ געגעבענע געזעלשאפטלעכע פארשטייער, וואס זענען אויסן געווען דעם טובודהכלל. חניפה־טאן האבן מיר פיינט בתכלית השנאה, פונקט אזוי ווי ס׳עקזיסטירט נישט ביי אונז דער באפעלערישער טאן, וועלכער איז כאראקטעריסטיש פאר פיל פראווינצער צייטונגען. אמת איז, אז פארשידענע אינדיווידואומס נעמען דערפאר ביי יעדער געלעגנהייט אין אונז נקמה, אבער מיר רעכענען זיך נישט דערמיט. פונם ערשטן טאג זייט אונזער צייטונג דערשיינט ביז היינט, האבן מיר פון קיין פירמע אדער גרויידאינדוסטריעלער נישט פאר־ לאנגט קיין טובה־אנאנס, מיר האבן אפילו די צייטונג קיינמאל נישט צוגעשטעלט נישט פארלאנגטערהייט. ־66־

passage_65c24182cfdad45284b3c249