Original scan
Original memorial-book scan 72
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1157

יאהונדערט" און שפעטע ר. • "ד ל ערשטע תקופה פון דער תאסנאוויצעי קהלה". אחוץ דעם איז אולף יעדן יום־טוב געקומען א היסטארישע דערציילונג מענלנל דיומא . י, ו ו י ג א ד ז ק י האט די מיסיע צוצוגרייטן אולף יעדן יום־טוב אן ארטיקל, וואס באזירט אויף די ספרי חכמינו ז״ל, ווו ער קערט זיד צוריק צו דער אוראלטער פארגאנגענהייט, ווען יידן זענען נאך געווען א זעלבסטשטענדיק פאלק אין זייער לאנד מיט אן אייגענער שפראך, קולטור און טראדיציע. וויגאדזקי פארקניפט דעם עבר און קעגנווארט מיט דער צוקונפט, פון וואס ס׳קומט שטענדיק ארויס א שיינע אפהאנדלונג. אזעלכע באלערנדיקע פארשונגען, וועלכע זענען גלייכצייטיק צוגעפאסט צום אלטעגלעכן לעבן, קענען נור ארויס פון א פעדעה וואס האט אזויפיל וויסנ און אינטעליגענץ ווי פריינט וויגאדזקי. ש. לעווקאוויטש (בן־אמוץ) איז. מיטרעדאקטאר און פירט אן מיט דער זאגלעמביער כראניק. ער שטעלט אויס צוזאמען דעם סאטיריש־הומאריסטישן "קאך־לעפל" און שרייבט בילדעלעך און טעדן אלגעמיינעם נאמען: "געהערט און געזען", ער באארבעט אויך די רעדאקציע־קארעספאנדענץ פאר "אונזער פאנאראמע". ש. ראטנבערג שרייבט צוערשט ארטיקלע ן איבער לויפג־

passage_567d9e77f4347597a6c9765d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1159-2397

דיקע אקטועל ע טעמעס . שפעטע ר באהאנדלט ע ר ד י פארשידנסטע צייט־פראבלעמען אונטערן אלגעמיינעם קעפל : "באמערקונגען . אוי ־ סער דעם , גי ט ע ר אויספירלעכ ע או ן זאכלעכ ע אפהאנדלונגען איבע ר קונסט, שרייבט רעצענזיעס איבע ר בילדער־אויסשטעלונגען , מוזיק או ן טעאטער־פארשטעלונגען. ווען ראטענבערג קומט צוריק פו ן ווילנע , וו ו ר׳איז געווע ן צולי ב שטודיע־צוועקן אי ן ד י יאר ן 33/1932 , פארעפנט ־ לעכט ע ר אוי ף ד י שפאלטן פו ן אונזער צייטונג א סעריע ארטיקלע ן אונטערן גאמען : "דאס ליטווישע ירושלים" , וו ו ס׳איז געקומען צום אויסדרוק דא ם אלגעמיינע לעב ן פו ן יידישן ווילנע או ן באזונדער ס ד י טעטיקייט פו ן ד י ווילנע ר וויכטיקסטע יידישע קולטור ן או ן געזעל ־ שאפטלעכע אינסטיטוציעס . פא ר זיי ן ארבעט אי ז ראטענבער ג בא ־ שאנקן געוואר ן דור ך ד י פרעזידיומ ם פו ן ד י דאזיק ע אינסטיטוציעס מיט א קאלעקטיוונ ד דאנק־בריוו , וועלכע ר אי ז אונ ז צוגעשיקט געוואר ן צו פארעפענטלעכן , או ן אי ז אפגעדרוק ט געוואר ן אי ן דע ר "זאגלעמביע ר צייטונג״ פו ן 1־ט ן סעפטעמבע ר 1933 . פ. בלומענקראנ ץ שטעל ט זי ך אוי ף ד י צאפלדיקסטע טעגלעכע פראגן , שרייבט או יך ערנסט ע ארטיקלע ן איבע ר ד י פאר ־ שידנסטע ענינים , סיי יידישע או ן סיי אלגעמיינע . בלומענקראנ ץ מאל ט אויך שיינע בילדלעך או ן שרייבט פיין טעאטע ר רעצענזיעס .

passage_18dd1d27ecbcca9cdb45f24f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2399-3533

ג. םטאוואסקי שרייבט פאר אונז אפהאנדלונגען און גיט כאראקטער־שטריכן וועגן די מאדערנע שעפער פון גאציאנאלן געדאנק, ווי: נ. סאקאלאוו, ח. נ. ביאליק, וועלכן ער געדענקט נאך זייט דער צייט ווען דאיז געווען א לערער אין סאסנאוויץ, א״אנד. סטאווסקי האט אויך אויף די שפאלטן פון אונזער צייטונג אנגעשריבן אין יאר 1936 א גרעסערע אינטערעסאנטע מאנאגראפיע א. נ.: "זכרונות פון די ערשטע ציוניסטן אין זאגלעמביע" . אין די גרעסטע צענטער־שטעט אין אויסלאנד זענען מיר פאר־ טרעטן דורך פאלגנדיקע קארעספאנדענטן: ז. ה א ב ע ר (ווין), ד״ר א י מע ר ג ל י ק (ניריורק), ש. ווייס און מאטעק ה א מ פע ל (ארץ ישראל). אונזער שליח איבער אמעריקע, אפריקע און אנדערע לענדער, איז ד״ר פ ר א מ א ן. ווי באוואוסט זענען ביי אונז פאראן עטליכע רעדאקציע חברים, וועלכע שרייבן נא ר אונטער פסעוודאנימען און נישט זיי גיבן זיך אויס און נישט זיי דערלויבן, אז די רעדאקציע זאל זיי אויסגעבן. לעזער און פריינד פון דער צייטונג קענען אבער נישט איבערטראגן, אז זיי זאלן וואך־וועכנטלעך לייענען איקסן אדער איגרעקן און נישט וויסן וועמען זיי לייענען און ווער ס׳רעדט צו זיי.

passage_596a7efa59456df6a0add148
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3535-4499

מיט יארן צוריק איז געווען. אין סאסנאוויץ זענען אלע לעזער זיכער געווען, ווי צוויי מאל צוויי איז פיר, אז ד״ר פאפורי איז נישט קיין אנדערער ווי ד״ר פערלמאן. און וויפל מאל מיר האבן נישט געזאלט דערקלערן די לעזער, אז דאס איז נישט אזוי, האט מען סיי אונז און סיי דעם ד״ר פערלמאן נישט געגלויבט, אזוי, אז נישט איינמאל האט דער לעצטער געהאט פיל דעדפון אויסצושטיין. אייג־ מאל, בעת די ר פערלמאן איז געווען א קהילה פארשטייער, האט זיך פון אונזער מיטארבעטער באוויזן אן ארטיקל, וואס האט באהאנדלט די קהילה פראבלעם נישט לויט דער אויפפאסונג פ ת ד״ר פערלמאן. דעמאלם טאקע האט ער געהאט די געלעגנהייט צו באווייזן זיינע אנהענגער און קעגנער, אז ד״ר פאפורי איז נישט ער. דאך איז מען אלץ ווייטער געווען אין ספק. ערשט ווען ד״ר פערלמאן איז געשטארבן און ד״ר פאפורי האט ווייטער געשריבן, האט מען זיך איבערצייגט, אז סיי אונזערע ווי זיינע דערקלערונגען זענען געווען אמת.

passage_b5e3b03b304cc35752f18d28
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4501-5661

א צווייטער פאקט מיט אונזערם אפסעוודאנים: דאסמאל אין בענדין. מיט עטלעבע יאר צוריק איז עם געווען. ס׳קומט אריין אין רעדאקציע א דעלעגאציע פון 3 פערזאן, אנגעזעענע אין דער שטאט מענטשן, און אין נאמען פון זייער פאריין פארלאנגן זיי, אז מ׳זאל זיי ארויסגעבן דעם פסעוודאנימ פון אונזער מיטארבעטער ר. לעט, וועלכער האט כלומרשט באליידיקט דעם כבוד פון זייער אינסטיטו־ ציע, צוליב וואס זיי האבן געליטן א מאטעריעלן שאדן, און אזוי ווי זיי ווילן זיך נישט איינרייסן מיט דער רעדאקציע, ווילן זיי פארקלאגן בלויז דעם מחבר פונעם ארטיקל. פארשטייט זיך, אז מיר האבן זיי געענטפערט, אז אזא זאך איז אונז נישט דערלויבט אן דער הסכמה פון מחבר. אבער יענע האבן אונז דערקלערט, דאם אייגענטלעך ווייסן זיי אזוי אויך ווער דאס איז, ס׳איז דאדא סוד פאר גאנץ בראָד — שרייען זיי — אז דאם איז רובינליכט, ווער ווייס דאס נישט, אז ר. לעט מאכט רו—בענליכט. אט וואסערע סיורפריזן ס׳אנטשטייען צוליבן האלטן פארשלייערטע פסעוודאנימען. זייטן יאר 1933 גיבן מיר אויך ארויס פאר קיעלץ און דער אומגעגענט א מוטאציע־אויסגאבע פון אונזער צייטונג א. נ. "קיעלצער זאגלעמביער צייטונג".

passage_6002b4f2ddecf36bb6fe5644
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5663-6234

דער לעזער גיט זיך באשטימט נישט אפקייגן דעם וחשבון ווי שווער ס׳איז צו רעדאגירן א צייטונג, אויב זי וויל זיין פאראנטווארט־ לעד פארן כלל, אויב זי וויל האבן א ן אויסגעהאלטענע ליניע. דער לעזער באקומט די צייטונג א פארטיקע און ער זעט נישט וויפל שווע־ ריקייטן און מסירת נפש ס׳ליגט אפטמאל צווישן די שורות ביז זי ווערט דערלאנגט א גרייטע דעם לעזער אין דער האנט אריין. מיר האבן געמאכט א פרווו פון א קורצער כאראקטעריסטיק איבער אלע דערשיינונגען פון דער ״ז א ג ל ע מ ב י ע ר צ י י ט ו נ ג ״ — אין אלע אירע עטאפן . 68

passage_d1b85fc7f77a51a9f18ebfce