ד־י. יעכטמאן / ד י בענדינער זעלבסטפארחאלטונג "היטטאריא מאגיטטר א וויט ע עסט" (ד י געשיכטע אי ז דע ר לערע פון לעבן) — זאג ט א לאטייני ש שפריכווארט. או ן באמת, ווע ר ס׳ווי ל זיך באקאנען מיט ן לעבן פו ן דע ר שטאט בענדין, זא ל לעז ן ד י געשיכטע פון דע ר שטאט־פארוואלטונג, או ן מישנדי ק ד י בלעטער, ווע ט ע ר באקומען א באגרי ף וועג ן דע ר אנטוויקלונ ג פו ן דע ר שטא ט או ן איר ע בירגער. ביזן יא ר 1914 האב ן ד י תיג ע תושבי ם ניש ט ארויסגעוויז ן קיי ן שום אינטערע ם פא ר דע ר שטא ט או ן איר ע איינריכטונגען. ד י סיב ה דערפון דאר ף מע ן זוכ ן אי ן דעם, ווא ט בי ז דעמאל ט אי ז ד י שטא ט רעגירט געוואר ן דור ך נאמינירט ע בורמיסטשעס, וועלכ ע האב ן קוד ם כל אי ן זינע ן געהא ט זייער ע אייגענ ע אינטערעס ן או ן ניש ט דע ם טוב ת הכלל. מיטן איינפיר ן פו ן דע ר זעלבסטפארוואלטונג, אי ז דערוועק ט גע ־ ווארן דא ס באוווטטזיי ן פו ן ד י בירגע ר או ן זייע ר אינטערע ם פא ר דע ר שטאט.
דער פארלאמענטאריזם מיט אלע זיינע אייגנשאפטן, ווי: וואלן, געזעצגעבונג און געזעלשאפטלעכער קאנטראל איז די בעסטע בירגער־שול, וועלכע דערוועקט ביים יחיד דעם געזעלשאפטלעכן חוש, דעם אינטערעס און אפילו אפפערוויליקייט לטובת זיין שטאט. אויפן ארט פון א גלייכגילטיקער, שקלאפערישער הכנעה, קומט א פרייוויליקע ענטוזיאסטישע ארבעט און א לעבעדיקער אינטערעס צו דערהויבן די שטאט און אירע איינריכטונגען, וואס אמאל צו אלץ א העכערן ניווא. בענדין איז פארן וועלט־קריג געווען נאד א קליינע שטאט, אן וועלכע ט׳איז קולטורעלע איינריכטונגען, און כמעט אומבאקאנט. דער קריג־אויסברוך האט באלד אין אנהויב איבערגעלאזט די שטאט אן אויפזיכט און אן וועלכער ט׳איז מאכט. אבער באלד אין די ערשטע טעג ווערט געשאפן א פרייוויליקע בירגער מיליץ, וועלכע האט געבילדעטן דעם פאקטישן אנהויב פון דער בענדינער זעלבטט־פארוואלטונג. דעם 2־טן אויגוט 1914 האט זיך קאנטטיטוירט א בירגער־קאמיטעט פון 20 פערזאן, צווישן וועלכע ס׳האבן זיך געפונען 4 יידן: אדוואקאט רידער, אינזש, גאלדשטאוב, ח. ד. ראזענבלום און ישעיה ראטנער. עטלעכע טעג שפעטער האט דער דאזיקער קאמיטעט ארגאניזירט דעם ערשטן שטאט־ראט פון 25 ראטמענער, צווישן זיי 4 פאלגנדיקע יידן: אדוו. רידער, ראטנער, שיין און ד״ר וואטערצווייג.
דער שטאט־ראט האט אין די קריטישע מלחמה טעג באוויזן צו ארגאניזירן די אויפזיכט איבער דער שטאט, און הגם ער האט נישט דיטפאנירט מיט קיין אויטפיר־ארגאנען, איז דאד די ארדענונג און רוא אין דער שטאט געווען א מוטטערהאפטע. דער ערשטער שטאט־ראט האט געהאט גרויסע פארדינטטן פאר דער שטאט. אדאנק דעם פרעטטיזש פונעם ראט ביי דער אקופאציע מאכט האט בענדין, אין פארהעלטניש צו אנדערע שטעט, ווייניקער געליטן בעת דער דייטשער אקופאציע. דער ראט האט עקזיטטירט ביזן 20־טן יוני 1915. דעמאלט איז - 69 ער אויפגעלעזט געווארן דורך דער אקופאציע מאכט, און אויף זיין ארט איז געקומען דער צווייטער שטאט־ראט, נאמינירט דורך דער־ זעלבער מאכט, אין א צאל פון 23 פערזאן, צווישן זיי 6 יידן: ג. וויינציהער, בעריש פרעגער, הענדל נונבערג, טערצאזש, ראטנער און פאטאק. צווישן די 4 לאווניקעס אין דער שטאט־פארוואלטונג האט זיך געפונען 1 ייד — אדוו. רידער. דעם 26־טן מערץ 1917 האט איבערגענומען די שטאט־ווירטשאפט דער 3*טער שטאט־ראט, וועלכער איז געוויילט געווארן לויט א קוריע־ סיטטעם אין ווינטער 1916. דער ראט, אונטערן פארזיץ פון גוסטאוו וויינציהער, איז בא־ שטאנען פון 24 פערזאן, בלויז יידן. אין די היסטארישע טעג פונעם צוזאמענברוך פון די צענטראל־ מלוכות (דייטשלאנד, עטטרייד), האט זיך דער ראט אליין אויפגעלעזט.
הגם דער ראט האט נישט עקזיסטירט א קורצע צייט, האט ער דאך פיל געלייטעט לטובת דער שטאט און אירע איינוווינער . פון דעם 12־טן נאוועמבער 1918 ביזן 10־טן יוני 1919 האט געווירטשאפט אין בענדי ן א צייטווייליקע שטאט־פארוואלטונג פון 15 פערזאן, בתוכם 7 יידן : ד״ר וויינציהער, ל. רובינליכט, אדוו. רידער, י. פסחזאן, י. גאלדפעלד, ה. נונבערג און ג. וויינציהער . דעם יורידישן יסוד פאר די שטאטישע זעלבסטפארוואלטונגען האט געשאפן דער דעקרעט פון 13־טן דעצעמבער 1918 . שוין אויפן סמך פון דעם דעקרעט, זענען דעם 18־טן מאי 1919 אדורכגעפירט געווארן וואלן צום 4־טן שטאט־ראט אין בענדין . דער צוזאמענשטעל פונעם ראט איז געווען : 27 ראטמענער, צווישן זיי 12 יידן . אין דער שטאט־פארוואלטונג זענען געוויילט געווארן 2 יידן . דער ראט האט אסאך געלייסטעט אויף אלע געביטן פון דער שטאטישער ווירטשאפט, און ער האט זיך אויפגעלעזט לויט אן אייגענעם באשלוס אין אנפאנג אפריל 1925 . ביז צו די נייע וואלן, וואס זענען פארגעקומען דעם 30־טן אויגוסט 1925, האט די אויפזיכט־מאכט נאמינירט א צייטווייליקע שטאט־ פארוואלטונג פון 6 פערזאן, צווישן זיי 3 יידן : ד״ר וויינציהער, נונבערג און טערצאזש .
דעם 23־טן סעפטעמבער 1925 האט זיך קאנסטיטואירט דער 5־טער שטאט־ראט פון 32 ראטמענער, דערונטער 11 יידן — און א שטאט־ פארוואלטונג פון 6 פערזאן, בתוכם 2 יידן. צום ערשטן מאל האט בענדין באוויזן אויטצווויילן א יידישן וויצע־פרעזידענט, אין דער פערזאן פון ל. רובינליכט. בעת דער קאדענץ פון דעם ראט איז די שטאטישע ווירטשאפט שטארק אנטוויקלט געווארן אין יעדן הינזיכט, ווי: אין שול־בוי, געזעלשאפטלעכן־שוץ, גאטן־בוי אאז״וו, מיט איין ווארט עס איז דאן פיל געלייטטער געווארן פאר דער שטאט. די שטאטישע ווירטשאפט איז אין יענע צייטן געווען כמע ט א מוסטער פאר אנדערע שטעט און האט געפונען אן אפקלאנג אין גאנצן לאנד.