די קאדענץ פונם ראט האט זיך געענדיקט אין יאר 1928 . ביים סוף פונעם דאזיקן יאר זענען אין בענדי פארגעקומען נייע שטאט־ראט־וואלן. אינעם ניי־געוויילטן 6־טן שטאט־ראט פון 32 פערזאן זענען געווען 16 יידן . אלס פארזיצער פון שטאט־ראט איז דעמאלט אויסגעוויילט געווארן ש . פירסטענבערג און אלס וויצע־פארזיצער — יאקוב ערליך . צום ערשטן מאל האבן זיך אין שטאט־ראט באוויזן סאנאציע ראט־ מענער, און שוין אויף די ערשטע זיצונגען האט זיך אנגעהויבן א קאמף צווישן דער סאנאציע און ענדעציע . דער דאזיקער קאמף האט אויך ארויסגערופן א צעשפליטערונג ביי די יידישע ראטמענער . די דעמאקראטישע עלעמענטן האבן זיך אנטקעגנגעשטעלט דעם וואל פון אן ענדעקישן פרעזידענט . דער פאליטישער קאמף האט ארויסגערופן רייבונגען און גע - שטערט די נארמאלע טעטיקייט פון ראט , און האט סוף כל סוף דערפירט צו דעם ׳ אז די אויפזיכט־מאכט האט דעם ראט אויפגעלעזט אין יאר 1930 . ביזן אנהויב פון יאר 1935 האט אין אונזער שטאט געווירטשאפטן דער רעגירונגס־קאמיסאר אינזש . רזשעטקאווסקי , מיט א בייראט , אין וועלכן ס׳האבן זיך באטייליקט 5 נאמינירטע יידן . די נייע וואלן זענען פארגעקומען דעם 27־טן מאי 1934 . דער ניי־געוויילטער 7־טער שטאט־ראט פון 40 ראטמענער , בתוכם 15 יידן, האט אפגעהאלטן זיין ערשטע זיצונג דעם 18־טן מערץ 1935 .
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1289
passage_4ff2f60eb509b43a2b4f93c3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1291-1967
אדאנק דער צעשפליטערונג צווישן די יידישע ראטמענער, איז גישט געלונגען אויסצווויילן א יידישן וויצע־פרעזידענט. דער אינטערעס פון דער געזעלשאפט צום איצטיקן שטאט־ראט, האט זיך צוליב אלגעמיינע סיבות שטארק פארקלענערט. אן אפשאצונג וועגן זיין טעטיקייט וועט זיך ערשט לאזן מאכן אין דער צוקונפט. פארחאלטונג פון דער קהילה אין 1937 (1עד הקהילה בתרצ״ז) י. ניימארק ה. שטראבליץ ל. גאלדשטיין נ. טענענבערג מ. יאכימאוויטש ש. פיעקארסקי ס׳פעלן די פאטאגראפיעס פון: (חסרים תצלומיהם של): מ. מאגעלא, ש. כ. כאגהארט, ד. הקאצילאס, א. ב. ווערדיגער. די פאטאגראפיע פון א. האמפל אויף זייט 59. (תצלום א. המפל כעמוד 59). - 70 -
passage_2046c866d10bb7dbcab0f856