Original scan
Original memorial-book scan 75
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1140

ן •פ | / די בענדינער קהלה אין באפרייט ! פ1לי ן דער געוויילטער איז אנהויב יוני 1924 אויף דעמאקראטישע יסודות קהלה־ראט, איז זיך צום ערשטן מאל צונויפגעקומען אין אויגוסט 1924 אין פאלגענדיקן צוזאמענשטעל : הערש בלומענפרוכט און יוסף שוויי- צער (קליינבירגער) , יחיאל קורלאנד יעקב מ . גוטמאן , יצחק מאיר שענבערג און קלמן ליווער (אגודה) , יצחק אהרן לאנדוי , משולם ליווער, גרשון רעכניץ , לייביש בוכווייץ , דוד טורנער און משה נייבערג (פאראייניקטע חסידים מיט "מזרחי") , הערש ליפמאן גאלדשטיין , משה האמפעל, אפרים קליימאן , יוסף באנק און הערש רעטמאן (האנט־ ווערקער), ד״ר ש . וויינציהער , שלמה פרענקעל און אברהם ליווער (נאציאנאלער בלאק) . אלם פארזיצער איז געוויילט געווארן משולם ליווער , אלם וויצע־ פארזיצער — שלמה פרענקעל . אין דער קהלה־פארוואלטונג זענען געוויילט געווארן : ד״ר ש . וויינציהער (פארזיצער) , מ . י . פראווער (וויצע־פארזיצער) , שמעון פירסטענבערג, יחיאל קורלאנד , אברהם ליווער , שמעון פלעסנער , ל . באזשיקאווסקי, יעקב ניימארק , יצחק וויגאדזקי און דניאל פאנסקי . די קאדענץ פון די קהלה־ארגאנען האט זיך פארצויגן ביז אויגוסט 1933, אלזא גאנצע 9 יאר .

passage_d5f5c8450c1271754b7a7d17
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1142-2572

מיט קיין ספעציעלע אויפטוען האט זי די קהלה דען נישט אויס* געצייכנט, פארקערט — אויב ביז דעם אויסוואל איז די ארבעט געגאנגען אין דער ריכטונג פון אויסברייטערן די קאמפעטענצן פון דער קהלה, האט זיך פאר דער צייט דער טעטיקייטס־געביט שטארק פאר־ שמעלערט. אזוי צב״ש זענען ביי דער קהלה צוגענומען געווארן די מעלדונגם־ביכער, וואס זענען געפירט געווארן פונם יאר 1921, די גמינע האט פארלוירן די רעכט ארויסצוגעבן אידענטישקייט־צייגענישן פאר דעם פאסט־אמט, אדג״ל. גורם געווען דערצו האבן קודם כל די אינערלעכ ע פארטיי־שטרייטיקייטן, און אלס רעזולטאט דערפון האט זיך פארהעלטנישמעסיק אפט געטוישט די קהלה־לייטונג: ד״ר וויינציהער האט רעזיגנירט פון זיין אמט, אלס פארזיצער אין יאר 1925, דער געוויילטער אויף זיין ארט אין יאר 1926 ש. פירסטענבערג האט, צוליב די זעלבע סיבות, געמוזט רעזיגנירן אין יאר 1927. צוזאמען מיטן פרעזעס פירסטענבערג איז אוועק פון פאסטן דער לאנגיעריקער קהלה־סעקרעטאר יצחק פסחזאן, וועלכער האט מער נישט געקענט פארטראגן די אטמאספערע, וואס עס האט זי געשאפן אין און ארום דער קהלה. די לייטונג האט דען איבערגענומען דער וויצע־פארזיצער מרדכי יוסף פראווער און אלס סעקרעטאר איז באשטימט געווארן ישראל פרייליך. אין יאר 1930 איז געוויילט געווארן אלס פארזיצער אברהם ליווער, וועלכער האט שוין, אונטערן דרוק פון זיין פארטיי (אגודה), געמוזט פארנעמען דעם פארזיץ־אמט ביזן סוף פון דער קאדענץ.

passage_bdb4fceec1e94921c8b3ecff
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2574-3804

אויפן ווירטשאפטלעכן געביט איז פאר די 9 יאר פון דער קאדענץ פונדעסטוועגן עפעס געטאן געווארן: ס׳זענען צוגעקויפט געווארן פלע־ צער צום בית־החיים. די ארבעט ביים איבערבויען די מקוה האט זיך ווייט גערוקט פאראויס און עס איז רעמאנטירט און אויסגעמאלט געווארן די שול דורך די קינסטלער אפעלבוים, ציגלער, האנפט, וואס האט א רום אין פוילן, און אפילו אויסער אירע גרענעצן. דעם 18־טן מאי 1931 זענען פארגעקומען נייע וואלן צום קהלה־ ראט, וועלכע האבן געבראכט א פולשטענדיקן נצחון דעם נאציאנאלן לאגער איבער דער אגודה. אויף 18 געוויילטע פרנסים האט די אגודה באקומען ס״ה 6 מאנדאטן: ה. ד. ערליו, י. פישעל, י. א. לאנדוי, ש. י. רינסקי, י. מ. שענבערג און מ. ל. זילבערפריינד. פאקטיש בא־ שטייט די פראקציע פון 7 פערזאן, ווייל אין אלע וויכטיקערע פראגן גייט דער פרנס אפרים קליימאן (האנטווערקער) צוזאמען מיט דער אגודה. מצד דעם נאציאנאלן לאגער זענען אדיין: י. ל. פיינער (לינ־ קער פ. צ., האט שפעטע רעזיגנירט לטובת יחיאל קארנפעלד), ל. גאלדשטיין (ציוניסט, היינט פארוואלטונג־מיטגליד אויפן ארט פון פאשטארבענעם נחמן טענענבערג, ציוניסט), ה. הערשלעוויטש (ציו־ ניסט), מ. ל. קייזער (האנטווערקער), ה. קיסנער (רעוויזיאניסט),

passage_b763aaa358b49bb29fd91b3f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3806-4723

י. מ. קורלאנד (מזרחי), נ. לאנדנער (ציוניסט), א. י. רעכניץ (קליע־הענדלער), ש. ראזענבלום (רעכטע פ. צ.), מ. ראזענקער (התאחדות) און ח. י. וועלנער (מזרחי) (ישראל) . אדאנק די פארשידנסטע פראטעסטן און אנקלאגעס צו דער מאכט מצד דער אגודה, זענען די ניי־געוויילטע קהלה־ארגאנען, דער קהלה־ ראט (אין אויבן־אויסגערעכנטן צוזאמענשטעל), און די פארוואלטונג, זיד צונויפגעקומען ערשט נאד 2 יאר מיט 3 חדשים, דעם 13־טן אויגוסט 1933, כדי איבערצונעמען די קהלה־לייטונג. די פארוואלטונג איז דאן באשטאנען פון פאלגנדיקע פערזאנען: ש. ב. באנהארט (אגודה), א. האמפעל (רעכטער פ. צ.), מ. יאכימאוויטש (אגודה) , ל. קאצענגאלד (מזרחי, וועלכער האט אין 1933 פארלאזט בענדי ן און אויף זיין ארט איז אדיין אין דער פארוואלטונג משה מאנעלא , מזרחי, תורה ועבודה), אברהם ליווע ר (ציוניסט), י. מ. ניימארק (מזרחי), ש. פיעקארסקי (אגודה), ל. רובינליכט (אומפארטייאישער) ,

passage_846e886a6d5ecf97f28fb6f1
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4725-5931

י. ד. רודזין (האנטווערקער, געשטארבן אין יאר 1934 און אויף זיין ארט איז אריינגעקומען דער פארשטארבענער נחמן טענענבערג, ציוניסט), ב. ד. סקאצילאם (אגודה), ה. שטראכליץ (ציוניסט), א. ב. ווערדיגער (אגודה). פארזיצער פון קהלה־ראט איז צו יענער צייט געווען י. מ. קורלאנד (וועלכער האט אין יאר 1935 פארלאזט בענדין און שפעטער האט דעם פארזיצער־אמט פארנומען דער אגודיסט ש. י. רינסקי), וויצע־ פרעזיצער — נ. לאנדנער; פארזיצער פון דער קהלה־פארוואלטונג — ל. רובינליכט, וויצע־פארזיצער — אברהם ליווער, וועלכער איז אין אפריל 1934 אפגעשטעלט געווארן אין זיין טעטיקייט מצד דער סטא־ ראסטווע "צוליב זיינע באמיונגען צו שאפן פון דער בענדינער קהלה א פאליטישע פלאצוווקע, אראפשטופנדיק די רעליגיעזע ענינים אויפן צווייטן ארט". עם פאדערט זיך א געוויסער דיסטאנץ, כדי צו געבן אן אויס־ פירלעכן איבערבליק און אפשאצונג פון דעם אלעם, אין וועלכער ריכטונג און צוליב וואסערע טעמים דאס קהלה לעבן פאר די לעצטע קאדענץ איז אוועק. די געשעענישן זענען אלעמען גוט באקאנט, און ווייל דער פראצעס איז נאכנישט פארענדיקט, האלטן מיר פאר נישט מעגלעך (כדי נישט אריינצופאלן אין פרטים און סוביעקטיוויטעט) וועגן דעם אלעם צו שרייבן.

passage_beba155c0265672321eef6ad
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5933-6223

צום סוף דארף נאך באמערקט ווערן, אז די בענדינער קהילה צוזאמען מיט דער אומגעגנט ציילט אדום 24 טויזנט נפשות און אפערירט מיט א יערלעכן בודזשעט פון 250 טויזנט גילדן. די הויפט הכנסה־קוואלן בילדן: דער עטאט אן ערך 100 טויזנט גילדן, שחיטה אדום 65 טויזנט גילדן. 71

passage_21e352e085eed91345e22fd6