דעם נאדל־פאריין האט אייגענטלעך געדינט ווי א מוסטער פאר אלע פראפ. פאריינען אין זאגלעמביע. דער דאזיקער פאריין האט דער ערשטער איינגעפירט א 46 שעהדיקע ארבעטס־וואך מיט באוועגלעכע לוין. די מוסטערהאפטע דיסציפלין און די אויסגעצייכנטע ארגא־ניזאציע זענען געווען די בעסטע מיטלן צוצובינדן די מיטגלידער צו זייער פאריין . צום אקטיוו פונקט נאדל־פאריין דארף מען אויך צושרייבן די איגיציאטיוו צו שאפן א לאקאלן צענטראל־ראט פאר די פראם . פא־ריינען. צוליב סיבות פון פאליטישער נאטור איז אבער פון דעם ענין גארנישט געווארן . ארום די יארן 1924/25 הויבט זיך אן די ירידה פונעם דאזיקן מעכטיקן פאריין, וועלכער האט געהאט אין זיינע רייעען כמעט אלע נאדל־ארבעטער אומאפהענגיק פון זייערע פאליטישע איבערצייגונגען, און איז אדאנק דעם געווען א גרויסער כח אויפן פראפעסיאנעלן געביט . נאד דער שפאלטונג פון דער "פועלי ציון־באוועגונג אויף רעכטע און לינקע, גרינדן די רעכטע פ״צ באזונדערע פראם . פאריינען צו וועלכע ס׳געהערן אן קירזשנער און עטליכע צענטליק שניידער .
א טייל פון דער נאדל־בראנזשע איז אויד ארגאניזירט ווי א באזונדערער פראפ. פאריין, וועלכער האט נישט קיין שייכות מיט קיין שום צענטראלער פראפ. קערפערשאפט. דער שטאם אבער פון די אויבן דערמאנטע אפגעריסענע נאדל־פאראינען געפינט זיך נאך אונטער דער השפעה פון "בונד". נישט קוקנדיק אויף אלע פרווון און באמיונגען, איז דאד נישט געלונגען צו פאראייניקן דעם דאזיקן רעאלן און מאטארישן כח, וועל־ כער האט געקענט דינען אלס פייער־זייל פאר דער גאנצער פראפ. באוועגונג אין בענדין. ** -ו- צו איינעם פון די גוט געבויטע פראפ. פאראינען געהערט דער בעקער־פאריין, וועלכער רעכנט זיך אייגנטלעך צו די עלטסטע אויפן שטח פון זאגלעמביע. דער עלעמענט איז דא — להיפוך צו אנדערע פאראינען גאנץ אייגנארטיקער. דא טרעפט מען מייסטנס מענטשן, וואס האבן הינטער זיך צענטליקער יארן פון שווערער הארעוואניע, אלס לוין־ ארבעטער מיט די מינימאלסטע שאנסן צו קענען ווערן ווען עס איז זעלבסטשטענדיק. ביי די בעקער האט זיך אויך זייט צענטליקער יארן איינגעבירגערט די שיינע טראדיציע צוצולאזן צו דער ארבעט מענטשן, וואס האבן נישט קיין סטאבילן ארבעט־פלאץ, אויף איין אדער צוויי טעג אין דער וואך. די יושרדיקע ארבעט־פארטיילונג געפינט דא אזויארום זיין אמתדיקן אויסדרוק.
די פרייע אייניקייט צווישן די בעקער־ארבעטער איז עלטער פונם היינטיקן, מאדערן ארגאניזירט פראם־פאריין. אלם גאנצער, איז דער בעקער־פאריין פריי פון וועלכער ס׳איז פאליטישער באפארבונג. דעריבער קען מען אים טרעפן אין פאר־ שידענע צייטן ביי פארשידענע פארטייען — אמאל ביים "בונד", אמאל ביי "פועלי ציון" לינקע, און ביים היינטיקן טאג געפינען זיי זיד אונטער דער השפעה פון די פ. פ. ם. (פוילישע סאצ. פארטיי). דער בעקער־פאריין איז נישט קיין ריין יידישער. ער ציילט אן ערד פון 70 מיטגלידער, צווישן זיי א געוויסע צאל נישט־ייזץ. די באציונגען צווישן די מיטגלידער זענען חברישע, און מיט קליינע אויסנאעמען באטייליקט זיך דער פאריין, אלס גאנצער, ווייניק אין געזעלשאפטלעכע אקציעס. * * * ווי ס׳איז שוין אויבן דערמאנט, האבן אויך די רעכטע פ״ צאג־ געהויבן צו ארגאניזירן פראם־פאריינען. דער ערשטער פאריין, געגרינדעט אין יאר 1930, איז באשטאנען פון אן ערך 50 קירזשנער־ארבעטער. דער פאריין פירט אדורך מיט געוויסע דערפאלגן א ריי אקציעס, צווישן זיי: קאלעקטיווע אפמאכן מיט די ארבעטגעבער, 8 שעהדיקער ארבעט־טאג, הונדערט פראצענ־ טיקע באלוינונג פאר איבער שעהן אאז״וו. הגם דער פאריין איז א קליינער לויט דער צאל, איז ער אבער דאד גוט דיסציפלינירט און האלט עקשנותדיק איין זיינע געווונענע — אפאזיציעס.
דער פראפעסיאנעלער פאריין פון טרעגערס האגודה המקצועית של הסבלים - 73