Original scan
Original memorial-book scan 78
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1311

אץ יאָ 1934 ווערט ווידער רעארגאניזירט דער פריזיער־פאריין, וועלכער האט אין די יארן 1917/18 געהערט צו די לינקע פ״צ. די פאריין־מיטגלידער באשטייען פון א יוגנטלעכן עלעמענט און צוליב דעם איז שווער דורכצופירן, וועלבע ס׳איז איינהייטלעכע אקציע. דער פאריין ציילט אן ערך פון 50, שוואך דיטציפלינירטע מיט־ גלידער, אויף וועלכע ס׳קען זיך נישט שטיצן די פראם. באוועגונג. דער פאריין פון דער דערנערונגם־בראנזשע באשטייט פון 2 טעקציעס: 1) צוקערניקעס־סעקציע, וועלכע נעמט אדום אן ערך 70 מיט־ גלידער, וואט האבן הינטער זיך א ריי געווונענע עקאנאמישע אקציעס, א שטרענג באגרענעצטן ארבעטס־טאג און שטעלן מיט זיו פאר א דים־ ציפלינירט געזעלשאפטלעכן עלעמענט. 2) פליישער־טעקציע, וואט איז אן איינהייטלעכער קאלעקטיוו פון 25 מיטגלידער, וועלכע האבן זייערע גאנצע הכנסות איינגעשטעלט אויף קאלעקטיווע יסודות. דאם שחיטה־געזעץ האט זיי שווער גע־ טראפן, אבער אדאנק זייער גוטער ארגאניזאציע, איז זיי געלונגען, אז כאטש א געוויסער טייל מיטגלידער זאלן בלייבן ביי זייערע פאר־ דינסט מעגלעכקייטן. פאר געזעלשאפטלעכע אקציעס האט דער פאריין, אלט גאנצער, א קנאפ פארשטענדעניש. אין יאר 1937 ווערט ווידער רעארגאניזירט דער פאריין פון טראג־ ספארט־ארבעטער, וועלכער טיילט זיך אויף 3 טעקציעס: 1) טראנספארט־טעקציע מיט 37 מיטגלידער.

passage_2977d2b25a5e3d2855c33697
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1313-2634

2) טרעגער־טעקציע מיט 45 מיטגלידער. 3) פורמאנעם־טעקציע מיט 70 מיטגלידער. אין גרויסן רוב איז דאם אן עלעמענט אן עלטערער מיט א לאנג־ יעריקער טראדיציע. א געוויסע פארשטענדעניש פאר קאלעקטיווי־ זאציע איז אלעמאל געווען ביי די טרעגער. שוין זייער באשעפטיקונג גופא פאדערט אן ענגע צוזאמענארבעט אין אלט פועל יוצא דערפון איז ביי זיי אנטשטאנען דער קאלעקטיווער פארטיילונג־סיסטעם פון די הכנסות. צו דעם קומט נאך צו דאם אחריות־געפיל און זארגן פאר דער פולער אויסהאלטונג פון די פאמיליעס פון קראנק געווארענע מיטגלידער. די טרעגער זענען שטארק דיטציפלינירט און מיט דער צייט האבן זיי אויך באקומען אן אינטערעס פאר געזעלשאפטלעכע אקציעס, אין וועלכע זיי געבן א שטארקן אנטייל. ביי די רעכטע פ״צ איז אויך ארגאניזירט א גרופע פון 70 האנדלס־ אנגעשטעלטע, אונטערן נאמען "רופערס". אייגנטליך קען מען דעם דאזיקן עלעמענט נישט קלאסיציפירן צו האנדלס־אנגעשטעלטע, ווייל זייער אויפגאבע באשטייט בלויז אריינצורופן אין די פארשידענע געשעפטן צופעליקע קונים, וועלכע קומען פון דער פרעמד מאכן אין בענדי זייערע איינקויפן. די אויפגאבע פון די "רופערס" ענדיקט זיך דעמאלט ווען דער קונה געפינט זיך אין געשעפט, און אויב ער קויפט עפעס, באקומט דער "רופער", א געוויסע פראוויזיע פונם סוחר, קיץ טטאבילן געהאלט באקומען זיי נישט.

passage_b0a290f087f8bb17a2e8e3d3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2636-3907

די לאגע פון די "רופערס" איז זייער שווערע צוליב דעם, וואס דער דאזיקער עלעמענט איז אויטגעזעצט אויף צופעליקע פארדינסטן. נישט זייענדיק קיין לוין־ארבעטער און אויך נישט קיין אנגעשטעלטע, קענען זיי נישט געניסן פון קיין סאציאלע הילף. ווי ס׳איז שוין דערמאנט זענען די ערשטע פרווון צו ארגאניזירן די האנדלס־אנגעשטעלטע געמאכט געווארן נאך אין די יארן 1905/6 דויד דער פארטיי ס״ם. אבער צוליב די שוין אויבן־אנגעוויזענע סיבות, האט זיך דער פאריין נישט לאנג געהאלטן. אויד דער צווייטער פרווון אין די יארן 1915/16, דורך די "פועלי ציון" האט אויך נישט געהאט קיין אריכות ימים. די ווייטערדיקע באמיונגען אין די יארן 1925—1927 און שפעטע ר האבן אויך נישט געגעבן קיין פאזיטיווע רעזולטאטן. ערשט אין יאר 1935 געלינגט עס ווידעראמאל אויפצולעבן דעם פראפ. פאריין פון האנדלס און ביורא־אנגעשטעלטע מיט אלע זיינע סעציעס, וועלכע זענען גוט ארגאניזירט און אנטוויקלען זיך כסדר. דער פאריין, צו וועלכן ט׳געהערן אן ערך פון 260 מיטגלידער פון פארשידענע ריכטונגען, איז אלט גאנצער, אן פאליטישער באפאר־בונג. אויפן עקאנאמישן באדן האט ער צו פארצייכענען קליינע דער־פאלגן, אבער ביי געזעלשאפטלעכע אקציעס פון אלגעמיינעם כאראקטער, שטעלט ער מיט זיך פאר א וויכטיקן פאקטאר.

passage_60604366d2e1cb7bbdcf8cce
Passage 4normalized OCR · source chars 3909-4841

דער בוי־פאריין איז געגרינדעט געווארן אין די יארן1905/6 דורך די ס״ד און איז זיד פונאנדערגעפאלן אין די רעאקציע יארו פון 1907/8. אין די יארן1917/18 ווערט ער אויפסניי ארגאניזירט, ווידער־ אמאל דורך די ס״ד און איז טעטיקא לענגערע ציים מיט דערפאלג. אין די לעצטע צייטן ווערט ער, צוליב פארשידענע סיבות, איינ־ געשרומפן, ביז עט קומט די ענדגילטיקע אויפלעזונג פונם בוי־פאריין דורך דער מאכט. ביים היינטיקן טאג בילדן די יידישע בוי־ארבעטער (אייגנטלעך טישלער),א סעקציע פונם אלגעמיינעם בוי־פאריין פץ מויערער, טשעשלארעס, מאלאזשעם, ברוקאזשעס און צעראמיקער. אין יאר1925 האבן די דרוקער־ארבעטער אין בענדין זיר געפונען איןא זער קלאגעדיקער לאגע. די ארבעטם־באדינגונגען זענען געווען פשוט נישט איבערצוטראגן.א כוואליע פון די אזוי גערופענע "לערך יינגלעך׳ האט זידא לאז געטון אויף די דרוקערייען אץ דאם האט געדראט נאד מער צו פארערגערן דעם מצב.

passage_c987464d6008a120100a6552
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4843-6017

אדאנק דער איניציאטיוו פון א גרופע דרוקער־ארבעטער איז געגרינדעט געווארן אן אפטיילונג פון צענטראלן פראפ.־פאריין פון דרוקער־ארבעטער אין פוילן, וועלכע איז תיכף צוגעטרעטן צו ממשותדיקער ארבעט, וואס איז אין דער ערשטער ריי באשטאנען אין ארגאניזירן אלע דרוקער און איינבינדער־ארבעטער אין שטאט. עס ווערן אדורכגעפירט א ריי געלונגענע אקציעס מיטן ציל איינצופירן אן 8־שעהדיקן ארבעט־טאג, נארמאליזירן די לוין לויט קוואליפי־ קאצייעס און רעגולירן די באציונג פון די ארבעטגעבער לגבי די יוגנטלעכע. די אלע אקציעס און שטרייקן האבן געברענגט נצחונות. עט איז באזונדערס ווערט צו דערמאנען, אז צום פאריין האבן געהערט אלע דרוקעריי־ארבעטער אין שטאט. דער דרוקער־פאריין האט, דורך די דריי יאר פון זיין עקזיטטענץ (1925—1928), געפירט א קולטור־ארבעט און מיט דעם זי ד פארשאפט, אין יענער צייט, די טימפאטיע פון דער גאנצער היגער ארבעטערשאפט. הגם בענדי ן איז נישט קיין אויטגעשפראכענער יידישער ארבע־ טער־צענטער, פונדעטטוועגן האט די יידישע ארגאניזירטע ארבעטער־ שאפט געלייגט איר חותם אויפן עקאנאמישן און קולטורעלן לעבן, נישט בלויז פון אונזער שטאט — נאר אויך פון גאנצן יידישן זאגלעמביע.

passage_31accd9fcc8dd9a3328bd92d
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 6019-6266

די בענדינער יידישע ארבעטערשאפט האט hinter זיד א רוט־ פולע פארגאנגענהייט פון קאמף קעגן די צארישע אונטערדריקער. זי האט געגעבן, צוזאמען מיטן פוילישן פראלעטאריאט, איר בלוטיקן צושטייער אויפן מזבח פון פוילנס באפרייונג. - 74 -

passage_4575757d06f918e9830c4353