Original scan
Original memorial-book scan 79
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-700

|י. חיגאדזקי / די אנטשט״ונ ג פון בענדי נע ר יידישע ר גימנאזיע "יבנה 99 אינם טראגיש ן יאר 1916, אין דער ציי ט ווען די וועלט־מלחמה האט געבושעוועט מיט איר גאנצער טייוולאנישער קראפ ט און האט צעטרייסלט די יסודות פון דער אלטער וועלט, האט זיך אין אונזער שטאט פארזאמלט א קליינע גרופע אידעאליסטן, א מין "עשרה בטלנים", וואס איז באשטאנען פון פאלגנדיקע פערזאנען: בעריש פרעגער, ישעיה הענדלערליך, סאלאמאן גוטמאן, משה שיין, מ. אראנאוויטש, אלעזר רובינליכט, יצחק וויגאדזקי, משה קלמן ערליך, מאיר פאטאש, אינזש. שמעון זשמודזקי, משה גרונדמאן א״אנה, וועלכע האבן נאך אן אלזייטיקער באטראכטונג באשלאסן צו שאפן אין בענדי ן א יידיש־נאציאנאלע גימנאזיע.

passage_cb0970fac29366fea712bcc4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 702-1865

נאדאסך באמיונונגען און אינטערווענצן ביי דער דעמאלסטיקער אקופאציע־מאכט, איז געלונגען צו באקומען אן אנטשפרעכנדיקע קאנצעסיע צו עפענען א גימנאזיע אונטערן היטטארישן נאמען "יבנה". די גרינדער האבן צווישן זיך געשאפן א גרויסע געלט־סומע און שוין אץ נאענטסטן יאר 1917 ווערן געעפנט אויף דער קאלאנטאי־גאס נר. 45 דריי פארברייטערונגס און צוויי נארמאלע קלאסן, מיטן רעכט כסדר צו עפענען יאר־יערלעך ווייטערדיקע קלאסן ביז צו דער אכטער איינשליסלעך. ס׳איז געשאפן געווארן אן אויפזיכט־ראט פון די אויבן דערמאנטע פערזאנען מיט סאלאמאן גוטמאן אלס פארזיצער און ס׳זענען אויך צוקאאפטירט געווארן נייע מיטגלידער מיט ישעיה ראטנער אלס וויצע־פארזיצער און משה קראנענטאל. אלס דירעקטאר פון דער גימנאזיע איז אנגאזשירט געווארן ד״ר נחבדאון (איצט דאצענט אויפן ירושלימער אוניווערזיטעט). אין די ערשטע יארן גייט די לערנאנשטאלט אדורכ א שווער מארטירער־וועג צוליב דער קליינער צאל שילער. דאס איז געשען אלס פועל יוצא פון דער איגנאראנץ צו דער גימנאזיע מצד די רייכע אסימילירטע שיכטן, וועלכע האבן זייערע קינדער געשיקט אין די נישט־יידישע שולן, וואס האבן געהאט עפנטלעכע רעכט.

passage_6bd3f02d1963b2adb4e0b7d3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1867-2573

דער קלאגעדיקער מציב פארערגערט זיך כסדר און צוליב דער שווערער מאטעריעלער לאגע פארלאזן די שול די בעסטע פעדאגאגישע כוחות ווי: ד״ר שטיינבערג, ד״ר באראש, ד״ר מעטאלמאן, ד״ר אינפעלד א״אנד. אלס קאנסעקווענץ פון דער געשאפענער טרויעריקער סיטואציע, קומט זיך דער אויפזיכט־ראט, אין יאר 1925, צוזאמען אויף א באראטונג אין דעם ביורא פון די "ברידער שיין", כדי צו באטראכטן די פראגע פון ליקווידירן די שול. דער אויפזיכט־ראט גיט זיך אפ א דין וחשבון וועגן דער ערנסטקייט פון דעם פראבלעם, און נאך לאנגע ליידנשאפטלעכע וויכוחים ווערט באשלאסן נישט צוצולאזן צו א ליקווידאציע, וועלכע וואלט געווארפן אן אייביקן שאנדפלעק אויפן יידישן נאציאנאלן בענדין.

passage_c33bb04280e5e4c07356c9f3
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2575-3337

מיט באנייטע כהונה טרעטן צו דער אויפזיכט־ראט צו סאנירן די פארהעלטענישן, און צו דעם צועק באשטייטערן זיך קוד ם כל אל ע זיינע מיטגלידער מיט גרעסערע סומעס, באזונדערס האבן זיך אויס־ געצייכנט: דער פארזיצער סאלאמאן גוטמאן און די "ברידער שיין" גוטמאן האט זיך מתחייב געווען צו צאלן דריי טויזנט גילדן יערלעך, אחוץ דעם, אויסצוהאלטן מיט שכר למוד 10 שילער, און די ברידער: חיים און יצחק שיין האבן, אויסער אפטע גרויסע שפענדונגען, זיך פארפליכטעט אויסצוהאלטן עטליכע שילער. ביי די אימפרעזעם, וועל־ כע זענען פארגעקומען לטובת דער שול 2 מאל יערלעך, האבן זיך באזונדערס אויסגעצייכנט מיט זייער מסירת נפשדיקער מיטארבעט די פרויען: צעשע שיין און די פרויען פון שלמה פרענקל און פץ הענריק אינוואלד.

passage_3f01864e5688b115c03da829
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3339-4651

ס׳איז אויך אונטערגענומען געווארן אן אקציע לטובת דער גיט־ נאזיע ביים היגן שטאט־ראט און ביי דער קהלה, וועלכע איז געקרוינט געווארן מיט א געהעריקן דערפאלג. ס׳זענען אויך צוקאאפטירט גע־ ווארן נייע מיטגלידער צום אויפזיכט־ראט, צווישן וועלכע ס׳האבן זיך ספעציעל אויסגעצייכנט דער עסקנ שלמה פרענקל און דער ענערגישער כלל־טוער אברהם ליווער, ווי אויך לייביש בוכווייץ, א. לאכמאן, משה גרונדמאן, אברהם פטאשניק, וואלף רעכניץ א״אנד. עס האט זיך אויך פרייוויליק געמאלדן אלס אדמיניסטראטאר דער שול־טוער מאיר פאטאש. און אט פון דעם מאמענט הויבט זיך אן א נייע עפאכע פאר דער שול, די אנטוויקלונג מאכט ריזיקע שריט פאראויס און די פרעק־ ווענץ וואקסט כסדר. אסך מיטגעווירקט צו דעם האט דאס באקומען פון קאעדוקאציע־רעכט. אבער א גרויסע שטערונג צו דער ווייטער־ דיקער אנטוויקלונג פון דער גימנאזיע איז געווען דאס נישט באזיצן קיין עפנטלעכע־רעכט, צוליב וואס די שילער האבן צו די מאטורע־ עקזאמענס געמוזט אנקומען אין די נישט־יידישע שולן, און דער רעזולטאט איז געווען אזעלכער, אז פון 8 שילער, וועלכע זענען צוגעטרעטן צו די עקזאמענס האט קוים איינאיינציקער באקומען מאטורע. ס׳איז פארשטענדלעך, אז אזא מצב האט אונטערגעבראכן די ווייטערדיקע אנטוויקלונג פון דער שול און האט נישט געקענט לענגער געדולדיק ווערן.

passage_5a1274595f6e29f8fe78b0b9
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 4653-4829

אבער צום גליק פאר דער שול האט אין יענער צייט אויפגעשיינט דער פראנט־טייל פון דער גימגאזיע א. נ. פון פירסטענבערג. חזית בגיין הגימנסיה ע״ש פירסטנברג. 75 -

passage_6615a19db7775c92c44dc0b4