Original scan
Original memorial-book scan 82
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1127

שיין אויס יודאיסטישע לימודים, וועלכע נעמען ארויס פאלגנדיקע קעגנשטאנדן: רעליגיע, העברעישע שפראך, תנ״ד, תלמוד, יידישע געשיכטע און פאלעסטינאגראפיע. די צאל שעה׳ן, וואס זענען געוויד־ מעט די יודאיסטישע לימודים באטרעפן — אנטשפרעכנדיק די פאר־ שריפטן פון דער שול־מאכט — 36 שעה וועכנטלעך. א דערגענצונג צו דער יידיש־נאציאנאלער־דערציונג, בילדעט דאס יודאיסטישע־ קרייזל, ווי אויך די סקויטן־ארגאניזאציע אונטערן נאמען "הצופה". מיט דער הילף פונעם עלטערן־קאמיטעט, מיט דער ערן־פארזיצערין העלעגע פירסטענבערג אין דער שפיץ, וועלכער געפינט זיך אין אן ענגן קאנטאקט מיט דער שול־לייטונג, ווערט אדורכגעפירט א ברייט־ צוגעשניטענע דערנערונגם־און באקליידונגס־אקציע לטובת דער יוגנט, פאר וועלכער ס׳ווערט אויך איינגעארדנט זומער און ווינטער־ קאלאניעס, און ס׳ווערט געזארגט פאר איר סאניטאר־היגיענישן צושטאנד. ספעציעל באמערקונגסווערט פאר דער אויביקער לערנאנשטאלט איז איר געזעלשאפטלעך־פילאנטראפישער־כאראקטער, וועלכער גע־ פינט זיין אויסדרוק אין ערטיילן הנחות און אפילו אומזיסטע פלעצער פאר אומפארמעגלעכע פעיקע קינדער פון זאגלעמביע און אויבער־ שלעזיע.

passage_bacbe1d60c400a442b78c8f4
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1129-2276

עם געפינט זיך זיכער נישט אין גאנצן יידישן שולוועזן אין פוילן נאך א צווייטע לערנאנשטאלט, וועלכע זאל אזוי טיף און ברייט דערפילן איר געזעלשאפטלעך־פילאנטראפישע אויפגאבע בנוגע דער אומפארמעגלעכער יוגנט, ווי עס טוט עס די היגע גימנאזיע. די דאזיקע טעטיקייט איז נאר מעגלעך געווארן אדאנק דער אומדערמידלעכער אפפערוויליקייט מצ ד דעם פרעזעס ש. פירסטענבערג און זיין פדוי, וועלכע נעמען אדום די שול אונטער זייער סטאבילן שוץ, און וועלכע האבן אוי ר באשלאסן אין יאר 1938 פואנדערצובויען די שול־געביידע, איינצוארדענען טענים־קארטן און אן אייגענעם רודער־האפ ן אויפן שטח פון דער לערנאנשטאלט. א פראגמענט פון פיזיק קאבינעט. קטע מהמעבדה לפיסיקה. ס׳דארף אונטערגעשטראכן ווערן, אז סיי בייטן לייגן דעם גרונט * שטיין און סיי ביי דער דערעפנונג פון דער נייער שול־געביידע, האט פרעזעם פירסטענבערג נישט צוגעלאזט צו קיין עפנטלעכער פייערונג, נאר אן רעש זענען די קינדער פון דעם אלטן לאקאל אריבער אין דער נייער שול־געביידע. אין יענעם מאמענט האט דער דעפיציט פון דער שול ״יבנה״ באטראפן צירקא 18 טויזנט גילדן, וואט איז געדעקט געווארן דורכן פרעזעם פירסטענבערג.

passage_2eeaecb06ef5c7fbcd54ad3e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2278-3515

צום סוף דארף נאד באמערקט ווערן, אז זייט דער דערעפנונג פון גייעם שול־בנצ האט איבערגענומען די לייטונג פון דער גימנאזיע דער באקאנטער פעדאגאג און וויסנשאפטלער, מחבר פון א גאנצער ריי וויסנשאפטלעכע ארבעטן, ד״ר דוד איינהארן, אדאנק וועמענס ענערגיע און אדמיניסטראטארישע פארשטענדעניש האט די שול דעדי גרייכט צו אזא הויכן ניווא. די "מזרחי־שול" "יבנה" די שול איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1920, לויט דער איניציא־ ציאטיוו פון א גרופע "מזרחי״־טוערס מיט ל. בוכווייץ בראש און האט געטראגן אין אנפאנג דעם נאמען "בית ספר מזרחי". שטופנוויי ז האט זיך די שול אויפ אזוי ווייט אנטוויקלט, אז במשך פון א פאר יאר האט שוין די צאל שילער דערגרייכט העכער 200, עס זענען אנגאזשירט געווארן ערשטקלאסיקע פעדאגאגישע כוחות אויפן געביט פון יודאיסטישע און אלגעמיין וועלטלעכע קעגנשטאנדן. בקרוב האט די שול באקומען א גוטן שם צווישן די ברייטסטע ספערן פון רעלי־ גיעז־נאציאגאלן יידנטום אין אונזער שמאד און דער אומגעגנט. ס׳דארף באמערקט ווערן, אז א גריסער טייל פון דער ציוניסטישער יוגנט פון אלע גרופירונגען און ריכטונגען האט באקומען די דער־ ציונג און בילדונג אין דער "יבנה״־שול. צו א שטארקן אויפבלי איז די שול דערגאנגען, ווען אין שול־

passage_4d3f6ae53f996ad077f74a2f
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3517-4658

יאר 1930/31 האט דילייטונג איבערגענומען דער פירער פון דער ,,תורה ועבודה״־באוועגונג אין פוילן, ד״ר א. גאטעסדינער (איצט אין ארץ־ישראל). אין יענעם פעריאד איז דער שול־קאמיטעט באשטאנען פון די באקאנטע "מזרחי״־טוער אין בענדין: ל. בוכווייץ, י. מ. קורלאנד, יעקב ניימארק, שלמה לעווין, דוד ערליך און חיים גאטפריד. ווען ח. נ. ביאליק האט אין יאר 1931 געוויילט און בענדין האט ער באזוכט די "יבנה״־שול און האט אויסגעדריקט זיין אנערקענונג די דערציער און די קאמיטענדמיטגלידער פאר זייער פרוכטבארער ארבעט, וואס באשטייט אין פלעגן און פארשפרייטן דעם טראדיציא־ נעלן געדאנק, לויט די געבאט פון ם ווידעראויפגעלעבט יידנטום. נאך דעם ווי ד״ר גאטעסדינער האט פארלאזט די לייטונג האט די שול געדראט א קריזיס, נאר א דאנק דער ענערגישער ארבעט פון די "תורה ועבודה" קאמיטעט מיטגלידער: משה לעווין, ז. מעטאל, ח. מ. זילבערבערג, י. גאלדבערג, הערש טעלנער, ח. ד. גרינוואלד א״אנד. איז געלונגען גובר צו זיין אלע שוועריקייטן און צו דערראלטן די שול, פארזיכרנדיק איר א ווייטערדיקע עקזיסטענץ. זיי ט דעמלט איז די שול געווארן א קאאפעראטיוו פון די לערער.

passage_1526811d453645d7c564fbe5
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4660-4880

די יודאיסטישע לימודים ווערן געלערנט אונטער דער השגחה פון א ספעציעלען פעדאגאגישן־ראט, וואס באשטייט פון פאלגנדיקע מיטגלי־ דער: ח. וועלנער, מ. מאנעלא, לעווין, א. פערל און ח. מ. זילבער* בערג. - 78 -

passage_2c83d2bf58523b047af8486a