א פראגמענט פון די הויפט טרעס. קטע מגרם המדרגות, דער אינעווייניקסטער טייל אנטציקט דאס אויג פון באזוכער מיט דער ווירקלעך פראכטפולער אויסשטאטונג און אויפן ערשטן בליק דערקענט מען גלייך, אז דאס איז נישט קיין געוויינלעך וווינהויז, וואם איז צופעליק פארוואנדלט געווארן אין א שול, נאכאז דאס איז אין א ספעציעל געבויטע אנשטאלט פאר וויסנשאפט און דערציונג, פונוואנען עס שפרודלט מיט אמתער לעבנס־פרייד. עס איז נישט לייכט צו באשרייבן די שיינקייטן פון די לערנזאלן, לאבאראטאריעס, ארבעט־ קאבינעטן, ביבליאטעקן, גימנאסטיק־זאל, ספארט־פלעצער, שול־גארטן, באד־אנשטאלט און פון אנדערע הערלעכע איינריכטונגען, דאס אלץ דארף מען אליין זען, כדי עס צו קענען באווונדערן. מיט איין ווארט, די שול, וועלכע האט אלם דאנק פאר אירע בויער באקומען דעם נאמען: "קאעדוקאציע־גימנאזיע אויפן נאמען פון שמעון פירסטענבערג און פרוי׳/ איז איינע פון די שענסטע יידישע לערנאנשטאלטן אין פוילן און שטעלט מיט זיך פאר אן אמתדיקן גן עדן פאר דער יוגנט, וואס ווערט דארט דערצויגן.
ביי אזעלכע אויסערגעוויינלעכע גינסטיקע באדינגונגען איז נישט קיין ווונדער וואס די פריערדיקע פרעקווענץ האט זיך כמעט פאדריי־ פאכיקט און שטייגט איצט אריבער די צאל פון 500 שילער וועלכע שטאמען נישט בלויז פון בענדין, נאר פון גאנץ זאגלעמביע, אויבער־ שלעזיע און ווייטערדיקע מקומות. די סיבה דערפון איז, וואס די דערמאנטע שול ווערט איבעראל באטראכט אלס די צענטראלע יידישע לערך און דערציערישע אנשטאלט פון זאגלעמביע און אויבערשלעזיע. וואם שייך די היגיענישע באדינגונגען, קען מען מיט א ריי געוויסן פעסטשטעלן, אז זיי זענען פונקט ווי אין א סאנאטאריע. די אויסשטאטונג פון די ארבעט־קאבינעטן מיט די מאדערנסטע מכשירים, דערלויבן אנצוווענדן די נייעסטע וויסנשאפטלעכע לערך מעטאדעם, וועלכע באזירן זיך אויף דער אקטיווער מיטבאטייליקונג פון דער יוגנט און זייערע לערער אויף אלע געביטן פון דער פעדאגאגיש־ דערציערישער טעטיקייט. די דאזיקע מעטאדע האט געשאפן א ן איב־ טימע באציונג צווישן די דערציער און זייערע שילער וועלכע בא־ טראכטן די שול פאר זייער צווייטע היים. דעריבער טרעפט מען זיי דער גימנאסטיק זאל. אולם ההתעמלות.
טאקע דארט, נישט בלויז פארמיטאג, ביים אייגנטלעכן לימודים, נאר אויך נאכמיטאג, וווּ זיי פארברענגען אין די לייענזאלן, ארבעט־ קאבינעטן, ספארט־פלעצער, ביי דער קורצוועלן־סטאציע, ביי די אר־ קעסטער־איבונגען אדער ביי די ארבעטן פון דער שול־זעלבסטפאר־ וואלטונג אאז״וו., מכה דעם פעדאגאגיש־וויסנשאפטלעכן ניווא פון דער לערנאג־ שטאלט, זאגט עדות דער פאקט, וואס די מלוכהשע שול־מאכט האט אין מאי פונעם שול־יאר 1934/35, אלס אנערקענונג פאר דער שול, איר געגעבן פולע רעכט פון די מלוכהשע גימנאזיעס, וועלכע זענען באקאנ ט אונטערן נאמען: קאטעגאריע "א". די דערמאנטע שול איז די איינציקע אין דער קיעלצער וואיעוואדשאפט, וואס באזיצט די דאזיקע העכסטע רעכט.
אין צוזאמענהאנג מיט דער רעארגאניזאציע פונם שולוועזן אין פוילן, וועלכע האט איינגעפירט א 4־יעריקע גימנאזיע מיט א באב־ פאלגנדיקן 2־יעריקן ליציום מיט פארשידענע אפטיילונגען, איז די היגע אנשטאלט געשטאגען פארן פראבלעם צו שאפן ליצייען. און אט האט זיך ארויסגעוויזן, אז די שול־מאכט האט אנערקענט פאר דער היגער לערנאנשטאלט דאם רעכט איינצוארדענען אזש 3 טיפן ליצייען: א הומאניסטישן, א נאטורוויסנשאפטלעכן און פיזיש־מאטעמאטישן. היות אין איצטיקן מאמענט נויטיקט זיך דאם יידישע שולוועזן אין זאגלעמביענור אין 2 טיפן ליצייען, איז דעריבער אין שול־יאר 1937/38 געעפנט געווארן 2 אפטיילונגען: א הומאניסטישע און א נאטורוויסב־ שאפטלעכע, און אויב ס׳וועט נויטיק זיין וועט אויך אין דער צוקונפט געעפנט ווערן א פיזיש־מאטעמאטישע אפטיילונג. ס׳דארף דערביי באמערקט ווערן, אז די ניי־געעפנטע ליצייען באזיצן די פולע רעכט פון די מלוכישע ליצייען (קאטעגאריע "א"). ביי דער גימנאזיע עקזיסטירט אויך א 6־קלאסיקע פאלקכדשול מיט אלע רעגירונגם־רעכט, ווו ס׳ווערן אין אן אנטשפרעכנדיקער מאס באריקזיכטיקט די יודאיסטישע למודים און ס׳ווערן אויך געלערנט פרעמדע שפראכן (פראנצויזיש און ענגליש). פאראלעל מיט דער אלגעמיינער לערע אנטוויקלען זיך זייער - 77