Original scan
Original memorial-book scan 84
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1220

דער בניין פון חדר "יסודי התורה". בניין ה״הדר" "יסודי התורה". פערסאנאל פון 41 קוואליפיצירטע לערער. צוזאמען זענען ביים חדר באשעפטיגט קרוב 40 פערזאן. דער יערלעכער בודזשעט פון חדר באטרעפט העכער 60 טויזנט גילדן. די הויפט־הכנסות שטאַמען פון: שכר־למוד, סובסידיעס פון דער "קרן התורה"־צענטראלע "חורב" ביי דער "אגודודישראל"־ צענטראלע אין ווארשע, פון דער בענדינער קהילה און מאגיסטראט. די פארוואלטונג, וועלכע פירט אן מיטן חדר באשטייט פון פאלגג־ דיקן צוזאמענשטעל: שמואל וואלף קאזלאווסקי (פארזיצער). משה חיים קאמיגער (וו. פארזיצער), חיים פישל פריידמאן, (סאסנאוויץ ־ערן־קאסירער), מרדכי ראדאשיצקי (סעקרעטאר), אליהו לעווין פרץ טויבע, אהרן קאפלאוויטש, שמעלקע שפירא, אברהם מאיר הערצ־ בערג, נחמיה סטאשעווסקי און איטשע גרינגראז. ביים היינטיקן טאג. פארגעמט דאס חדר יסוה״ת אין בענדי ן דעם חשובסטן פלאץ צווישן די רעליגיעזע חנוך־אנטשטאלטן אין פוילן. די "בית יעקב" ש1 ל די שול איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1925 דורך פאלגנדיקע פארוואלטונגס־מיטגלידער פון "אגודת ישראל" אין בענדין: משה חיים קאמינער, ישראל יוסטמאן, זיסקיגד זיגעלבוים און דוד סקאטשילאם. די אויפגאבע פון דער שול איז צו דערציען די שילערינען אינעם

passage_47974f50a9135767e285c2a5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1222-2315

רעליגיעזן גייסט. דער לערן־פראגראם באשטייט פון רעליגיעזע לימודים, שרייבן און לייענען יידיש, תנ״ך און יידישע געשיכטע. א זייער גרויס געוויכט ווערט געלייגט אויף שמועסן וועגן יהדות. די שול, וואס איז זייער פאפולער ביים היגן רעליגיעזן יוגנטום, ציילט אן ערך 500 שילערינס אין עלטער פון 7 ביז 15 יאר. די איצטיקע פארוואלטונג באשטייט פון: זיסקינד זיגעלבוים (פארזיצער), מאטל גערטנער (קאסירער), מענדל מאנצאש (סעקרעטאר), איטשע מאיר פערשטער, אברהם מרדכי ווייס, בעריש מאקאווער, משה ווייסבארט און נחמיה סטאשעווסקי. ביי דעם "בית יעקב"־שול עקזיסטירט אויך א "בנות אגודת ישראל"־ארגאניזאציע, וועלכע באשטייט פון מיטגלידערינס, וואס האבן געענדיקט די שול. די טעטיקייט פון דער "בנות" ארג. טראגט א קולטור־רעליגיעזן כאראקטער. ביי דער ארג., וועלכע ציילט ארום 200 מיטגלידערינס, עקזיסטירט אויך א ביבליאטעק מיט העכער 1000 ביכער. יעדעס יאר ווערט דורך דער פארוואלטונג פון דער ארגאניזאציע איינגעארדנט א זומער־קאלאניע פאר די מיטגלידערינס. די קאלאניע ווערט געפירט אויף א מוסטערהאפטיקן אופן.

passage_85dbfc5b6bb435e981294d2b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2317-3701

די פארוואלטונג פון דער "בנות אגודת ישראל" באשטייט פון פאלגנדיקע מיטגלידערינס: ט. מושל, ז. בוכשרייבער, ט. פרידריך, ש. יוסטמאן, מ. פעפער, ר. ערליכמאן, י. פעדע ר און יינגסטער. ספעציע־ לע פארדינסטן פאר דער ארגאניזאציע האבן: יהודית סושעק, חנה קוגעלמאן און מלכה פעפער. די "תלמוד1ת1רה " ביזן יאר 1900 האט די "תלמוד תורה" נישט פארמאגט קיין אייג־ גענעם בנין און איז ביז דעמאלט געווען איינגעדונגען אין פריוואטע הייזער. ערשט לויט דער איניציאטיוו פון הרב ר׳ ישכר בעריש גרוי־ בארט ז״ל איז מען צוגעטרעטן צו שאפן אן אייגענעם זיצארט פאר די ת״ת. לטובת דעם צוועק האבן די דעמאלסטיקע שטאט־גבירי ם מנדב געווען עטליכע טויזנט רובל, מיט גרעסערע נדבות האבן זיך אויסגעצייכנט פאלגנדיקע פערזאנען: יוסף ערליך 2000 רובל, יעקב הערש פישער 2000 ר / וואלף ווערדיגער 1000 ר", בערל ראזענבלאט 500 ר / הלל פאכטער 300 ר׳ און בערל בלייכער 200 ר / אחח דעם זענען געפאלן א סך נדבות צו 100 און ג> 5 ר / ס׳איז געקויפט געווארן א פלאץ מיט אן אלטן בנין אויפן זאוואלע גאס. די געביידע איז גענצלך רעסטאורירט און צוגע־ פאסט געווארן פארן געברויך פון דער אינסטיטוציע. פון די שפעטערדיקע מנדבים האבן זיך באזונדערס אויסגע־ צייכנט: יצחק דוד דאווידאוויטש און גרשון גלעצער, וועלכע האבן סיסטעמאטיש געשטיצט די ת״ת מיט גרעסערע נדבות, הגם זיי זע־ נען נישט געווען קיין גבירים.

passage_c88d677a63f01bdba0aa0def
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3703-4106

ביזן יאר 1927 מאכט די ת״ת אדורך פארשידענע טעטיקייט־פעריאדן, די צאל תלמידים וואקלט זיך דעמאלט צווישן 300—400. די לימודים נעמען ארום פון אלף־בית ביז גמרא, תוספות, און ווערן געפירט דורך דעם מנהל ר אברהמל שאפיר, דער שטענדיקער פאטראן פון דער ת״ת איז געווען וואלף ווערדיגער, וועלכער האט אויך במשך פון 40 יאר פארנומען דעם קאסירער־אמט און איז אי- 80 -

passage_3459c7719eff78482320880c