1 בערהויפט געווע ן דע ר לעבנס־נערו ו פו ן דע ר אינסטיטוציע . אי ם האבן פי ל צוגעהאלפ ן ד י טעטיק ע פארוואלטונגם־מיטגלידער : דוד ל טורנער, הענע ך זילבערשאץ , מענד ל דאמב , שמוא ל לעווין , ליפ ע קאמיגער או ן שבת י מאנדעלבוים . מיטן איינפיר ן אי ן לעב ן דא ם געזע ץ וועג ן צוואנג־שול , געפינ ט זיך ד י אינסטיטוצי ע פלוצלינ ג אי ן א שווער ע לאג ע אי ן ענינ י החנוך , ווייל 80 פראצענ ט פו ן ד י תלמידי ם אי ן שול־עלטע ר זענע ן געצוווג ־ גען זי ך צ ו פארשרייב ן אי ן ד י אלגעמיינ ע שולן . נא ר א דאנ ק דע ר אומדערמידליכער ארבע ט פונ ם דעמאלסדיק ן פארזיצע ר מרדכ י דאפ ־ גער אי ז געלונגע ן צ ו באקומע ן פא ר דע ר ת״ ת א קאגצעסי ע מי ט רעכ ט פון א פאלקם־שול . דע ר דאזיקע ר פאק ט הא ט אוי ך מיטגעווירקט , א ז די צא ל תלמידי ם הא ט זי ך פארגרעסער ט בי ז 500 . אבע ר גלייכצייטי ק מיטן וווק ס פו ן דע ר צא ל תלמידי ם אי ז אוי ך געוואר ן אקטוע ל דא ס אויפשטעלן א נייע ם בנין .
א דאנק דער איגיציאטיוו פון פארוואלטונגס־מיטגליד שבתי מאני דעלבוים איז אדורכגעפירט געווארן א זאמל־אקציע לטובת א נייעם בנין, וועלכער איז אויסגעפערטיקט געווארן אין יאר 1928 און בא־ שטייט פון צוויי גרויסע לאקאלן. דער בנין האט אפגעקאסט 8000 גל. און א העלפט דערפון ד״ה 4000 גל. האט געדעקט דער באקאנטער נדבן פרעזעס ש. פירסטענבערג. אחוץ דעם האט גאך פירסטענבערג מנדב געווען 700 גל. אויפן בענק און 500 גל. אויפן קאפל־אויוון. אלס אנערקענונג פאר זיין גרויסער טאט האט די פארוואלטונג בא־ שלאסן צו פאראייביקן דעם נדבנם נאמען מיט א מארמאר־טאוול אין איינעם פון די 2 נייע לאקאלן, וועלכער ווערט אנגערופן אויף זיין נאמען. די יארן 1928—1932 זענען זייער גינסטיקע פאר דער ת״ת. אין דער פארוואלטונג זענען דעמאלסט טעטיק, צווישן אנדערע, אויך ווערדיגער, דאפנער, גיימארק, יאנאווסקי מיט הר״ר צבי חנוך לעווין ז״ל בראש. אבער מיטן יאר 1932 הויבט אן די מאטעריעלע לאגע כסדר צו ווערן קריטישער" אזוי, אז די ת״ת פארוואנדלט זיך מיט דער צייט, סיי אויסערלעך און סיי אינערלעך, אין א פשוטער חורבה. און אויב די אינסטיטוציע איז דאך נישט ליקווידירט געווארן, איז עס נאך צו פארדאנקען די אויסדויער־קראפט פון לאנגיעריקן סעקרעטאר, יצחק דרעקסלער, וועמענס הילפס־רופן האבן ווידער דערגרייכט צום פרעזעס פירסטענבערג.
פירטטענבערג געמט אונטער אן אקציע צוריק אויפצולעבן די ת״ת און גיט אליין דעם ערשטן ביישפיל. ער לאזט אויף אייגענער רעכענונג פולשטענדיק רעמאנטירן, אויסערלעך און אינערלעך דעם בנין. דאן רופט ער כסדר זיצונגען פון די פגי־העיר און דערפירט דערצו, אז עס ווערט אונטערגענומען אן איינמאליקע זאמל־אקציע, וועלכע ברענגט לטובת דער אינסטיטוציע עטלעכе טויזנט גל. די ווידטשאפט ווערט סאנירט און ס׳ווערט גערופן אן אלגעמיינע פאר־זאמלונג אויף וועלכער ס׳ווערט געוויילט א פארוואלטונג, ווו ס׳זענען פארטרעטן מיטגלידער פון כמעט אלע שיכטן פון דער בענדינער יידישער באפעלקערונג. די פארוואלטונג ווייזט אבער ארוים גאנץ קליינע עקזיסטענץ־פעיקייטן און דער איינציקער סעטיקער לייטער בלייבט ווייטער נאר פרעזעס פירסטענבערג, אויף וועמענס פלייצעס עס לאסטעט די אויס־האלטונג פון די ארום 400 תלמידים מיט דעם צאלרייכן פערסאנאל. די אלגעמיינע לייטונג פון דער אינסטיטוציע ווערט אנגעפירט דורכן לאנגיעריקן סעקרעטאר יצחק דרעקסלער. די פאלקס־שולן ("פאוושעכנע"). די שולן נר. 2 אויפן נאמען פון הענריק שענקעוויטש. אין יאר 1917 האט די דייטשע אקופאציע־מאכט קאנצענ-
טרירט אל ע דעמאל עקזיסטירנדיק יידיש שולן, אין איין יידי ־ שער 7 קלאסיקער שטאטישער־שול, אלם פעדאגאגישער און ווירטשאפטלעכער־לייטער איז דורכן זעלביקער מאכט נאמינירט געווארן דער לערער י. ראפאפארט און אלם שול־אינספעקטאר, מיע־ טשיסלאוו טשימאשקא, מיטן זיצארט אין סאסנאוויץ. צוליב מאנגל אין די דעמאלט עקזיסטירנדיקע שולן, האט דער מאגיסטראט געעפנט 5 נאכמיטאג קאמפלעטן ביי די יידישע שולן. דעם ערשטן סעפטעמבער 1919 איז די שול צעטיילט געווארן אויף 2 לייטונגען: נר. 2 און נר. 4. די לייטונג איבער דער שול נר. 4 האט איבערגענומען פרוים. שאנצער. דעם 51־טן אקטאבער 1923 ווערן ביי דער שול געעפנט אוונט־ קורסן פאר יענע קינדער, וועלכע זענען — צוליב מאנגל אין פלאץ — נישט אנגענומען אין דער שול. אין יאנואר 1924 ווערן געעפנט אוונט־קורסן פאר דערוואקסענע מיט א פראגראם פון א 7 קלאסיקער פאלקס־שול אדער 4 קלאסן מיטל־שול. דעם 3־טן יוני 1928 ווערט געפייערט דער 10 יעריקער יוביליי פון דער שול. אין דער פייערונג האבן אנטייל גענומען פארשטייער פון דער שול־מאכט, שטאט־פארוואלטונג, שטאט־ראט, ווי אויך פון פארשידענע אינסטיטוציעס. אין שייכות מיט דער פייערונג איז איע־ געארדנט געווארן אן אויסשטעלונג פון די שול־קינדערס ארבעטן.
דעם 21־טן סעפטעמבער 1930, ווערט די שול איבערגעטראגן אין א נייעם בנין, וועלכער איז צו דעם צוועק ספעציעל אויפגע־ בויט געווארן, לויט דער נייסטער בוי־טעכניק, מיט אלע מאדערנע איינריכטונגען. ביזט דעמאלט זענען די שול־לאקאלן געווען צע־ ווארפן אין פארשידענע פונקטן פון דער שטאט, צוליב וואם די אר־ בעט איז זייער באשווערט געווארן. צו דער פייערלעכער דערעפענונג פון בנין איז געקומען דער שול־קוראטאר פון קראקע, דער שול־אינספעקטאר, פארשטייער פון מאגיסטראַט, שטאט־ראט, סטאראסטווע א״אנד. צום שול־יאר 37/1936 ווערט די שול ווידעראמאל רעארגאני־ זירט און ס׳ווערט אויסגעטיילט א נייע שול פאר יינגלעך די "פא־ וושעכנע שול נר. 9״. צוליב דעם פאקט זענען די אפטיילונגען פון דער שול נר. 2 פארקלענערט געווארן פון 31 אויף 19. וועגן די אנטוויקלונג פון דער שול זאגט עדות פאלגנדיקע סטאטיסטיק: אין שול־יאר 1920/21 האבן זיך פארשריבן 701 קינדער. אין שול־יאר 1921/22 — 772 קינדער, דערונטער 219 יינגלעך און 553 מיידלעך און איז אין יאר 1922/23 — 777 קינדער צווישן זיי 226 יינגלעך און 551 מיידלעך. אין שול־יאר 1930/31 פארשרייבן זיך אין די 16 אפטיילוג־ גען 844 יינגלעך, אין יאר 1932/33 — 1074 יינגלעך און אין יאר 34/35 פארשרייבן זיך 1030 יינגלעך. ביים היינטיקן טאג פארמאגט די שול אן אייגענע ביבליאטעק מיט העכער 1400 ביכער, א געאגראפישע־אפטיילונג, א טישלעריי 81