און אן ארקעסטער, די שול פירט אויך א דערנערונגס־אקציע פאר ארעמע קינדער. אץ דער שפיץ פון דער שול שטייט דער לייטער י. ראפא־ פארט, וועלכער ארבעט אינטענסיוו צוזאמען מיט די שול־אפיעקד נעם (אפוטרופסים) מ. האמפע ל און מ. ראזענבערג לטובת איר אנט־ וויקלונג, סיי אויפן פעדאגאגישן און סיי אויפן ווירטשאפטלעכן גע־ ביט. די ש1ל נר. 4 אויפן נאמען פון עליזא אזשעשקאווא. די שול נר. 4 איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1919 און אלם לייטערן איז באשטימט געווארן די פרוי אורשטיץ־שאנצער, וועל־ כע איז שוין געווען א לערערין אין דער בענדינער שול זייט דעם יאר 1889. בעת דער גרינדונג האט די שול געציילט 4 גרונט־אפטיילונגען און 4 פאראלעלע, וועלכע זענען באזוכט געווארן דורך קרוב 470 קינדער. דער לערער־פערסאנאל איז באשטאנען פון 7 פערזאן. זייט 1924 באשטייט דער לערער־פערסאנאל פון 41 מיטגלידער אץ די צאל קלאסן וואקלט זיך צווישן 14— 19 אפטיילונגען, וועל־ כע נעמען אדיין ארויס 1000 קינדער. ביזן יאר 1928 געפינט זיך די שול אין פארשידענע פונקטן פון דער שטאט, אבער אינ׳ם זעלביקן יאר האט די שול באקומען א לא־ קאל אין דער "פיאסט׳י׳־געביידע אויף מאלאבאווטקי גאס 35 און זייט דעמאלט קאנצענטרירט זיך דאך גאנצע לעבן פון דער שול נר. 4 אינם דאזיקן בנין. צוליב דער נישט גענוגנדיקער צאל לערנזאלן, קומען די למודים פאר פארמיטאג און נאכמיטאג.
אין יאר 1931 גייט די לייטערין, פרוי שאנצר — נאך א 24־יעריקער טעטיקייט אין שולוועזן — אריבער אין רו־צושטאנד און אויף איר ארט ווערט באשטימט די לערערין פון דערזעלבער שול, פדוי פאדלינסקא, וועלכע פארנעמט דעם אמט ביזן היינטיקן טאג. אין איצטיקן מאמענט באזיצט די שול 14 אפטיילונגען, וועלכע געפינען זיך אין 8 זאלן וווּ לערנען זיך 800 שילערינס. די לערע קומט ווייטער פאר פארמיטאג און נאכמיטאג און דער פערסאנאל באשטייט פון 12 פערזאן. די שול־אויפזיכט, וועלכע ווערט אויסגעוויילט דורך די עלטערן פץ די קינדער, באשטייט פון די פאלגנדיקע מיטגלידער: דוד גוט־שטיץ (הויפס־אפיעקון), קאראל פישל און שמואל ליבערמענש. די שול נר. 8 אויפן נאמען פון מאריא קאנאפניצקא. אין אנהויב פון שול־יאר 1929/30 האט די שול־מאכט אדורכגעפירט א רעארגאניזאציע פון די אלגעמיינע שולן פאר יידישע קינדער אין בענדין. פון די עקזיסטירנדיקע צוויי יידישע קאעדוקאציע שולן נר. 2 און נר. 4 איז געשאפן געווארן צוויי יידישע פרויען־שולן און איין מענער־שול. אלע יינגלעך זענען קאנצענטרירט געווארן אין דער שול נר. 2 און פאר די מיידלעך זענען באשטימט געווארן די שולן נר. 4 און נר. 8. אלס לייטערין פון דער שול נר. 8 איז דורכן סאסנאוויצער שול־אינספעקטאר באשטימט געווארן די פדוי ם. ברוידא.
אין דערמאנטן שול־יאר זענען אין דער שול נר. 8 אנגענומען געווארן 590 שילערינס אין ס׳זענען געשאפן געווארן 11 אפטיילונגען, צווישן זיי 7 גרונט־אפטיילונגען און 4 פאראלעלע. די שול לאקאלן זענען געווען פונאנדערגעווארפן און האבן זיך געפונען אזש אין 4 בנינים, אין פארשידענע פונקטן אויף דער קאלאנטאי־גאס. דער לערער פערסאנאל, וועלכער איז צוגעטיילט געווארן פון דער שול נר. 2 איז באשטאנען פון 8 לערערינס און 1 רעליגיע לערער. אין דעמזעלביקן שול־יאר איז פארגעקומען די ערשטע עלטערן פארזאמלונג און ס׳איז אויסגעוויילט געווארן א שול־אויפזיכס. ס׳איז אויך געשאפן געווארן א ביבליאטעק פאר די שילערינס מיט א ן ערך 400 ביכער און ס׳איז איינגעפירט געווארן מוזיק לערע פאר די פעיקסטע קינדער. דעמאלט איז אויך ארגאניזירט געווארן א שול־קאאפעראטיוו, א ן אפשפאר־קאסע, א ביבליאטעק פאר די לערער מיט העכער 100 ביכער אין ס׳זענען אויך ארגאניזירט געווארן א רייע אויספלוגן פאר די שילערינס. אין שול־יאר 1930/31 זענען געווארן אנגענומען 680 שילערינס און ס׳זענען געשאפן געווארן 12 אפטיילונגען. די שול האט צובאקומען צוויי לאקאלן אויף דער פאדגורסקא גאס נר. 4 און אויף קאלאנטאיא נר. 27.
ס׳איז ארגאניזירט געוואָרן אַן אלגעמיינע זעלבסטפארוואלטונג, וועלכע האט זיך אין א שנעלן טעמפא זייער גוט אנטוויקלט. אויפֿן די 2 מאליקע לוסטראציעס פון דער שול־מאכט, איז די ארבעט פון דער זעלבסטפארוואלטונג זייער געלויבט געווארן. אין שול־יאר 1931/32 אנטוויקלט זיך די שול נאך מער. ס׳וזערן געשאפן 2 נייע אפטיילונגען און ס׳קומען צו 2 לערערינם. ס׳אנטוויקלט זיך אויך גינסטיק די זעלבסטפארוואלטונג, וועלכע טיילט פון זיך אויס אייניקע סעקציעס און גיט ארויס א קליינע שול־ צייטונג. ס׳ווערט ארגאניזירט א דערנערונגס־אקציע פאר די ארעמסטע קינדער, וועלכע באקומען אויך מלבושים און שיך. מיטן אגהויב פון שול־יאר 1932/33 איז דער שול־לאקאל אי־ בערגעטראגן געווארן אין דער געביידע אויפ מאלאכאווסקי גאס נר. 35, ווּ ס׳געפינען זיך אלע קלאסן, אחוץ צוויי, וואס געפינען זיך אויף מאלאכאווסקי גאס נר. 42. דעם 11־טן נאוועמבער 1934 האט דער קיעלצער וואיעוואדע אייגנהענטיק איבערגעגעבן דער לייטערץ פרוי ברוידא דעם "זילבער־ נעם פארדינסט קרייץ", פאר איר אומדערמידלעכן ארבעט אויפן קולטורעלן, דערציערישן און געזעלשאפטלעכן געביט.
אין שול־יאר 1936/37 האט זיך דער לערער־פערסאנאל פארקלענערט מיט צוויי פערזאן. דער מאגיסטראט האט אויך צוגענומען ביי דער שול אײן לעח־זאל, צוליב וואס ס׳האבן זיך פארערגערט די באדינגויגען לגבי דעם פאריקן יאר. די שול באזיצט איצטער נאד 13 אפטיילונגען און 7 לערנזאלן. ביי דער שול איז טעטיק א שול־אויפזיכ ט פון פאלגנדיקן צד זאמנשטעל: אברהם ווייצנבערג (הויפט אפיעקין), יצחק פאראסאל און שרה ראזעניואלד.