Original scan
Original memorial-book scan 87
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1214

!*י ש1 ל 1ר . * די שול איז געגרינדעט געווארן דעם 1־טן סעפטעמבער 1936 . דאם איז א 7 קלאטיקע קאעדוקאציע־שול , וועלכע באזיצט 5 לערג ־ זאלן, אן אייגענע ביבליאטעק מיט העכער 500 ביכער , און ציילט 400 שילער, דערפון 379 יינגלעך און 21 מיידלעך . דער לערער־פערסאנאל באשטייט פון 5 פערזאן מיט דעם ליי ־ טער ל . רעכטמאן בראש . ביי דער שול עקזיסטירט א שול־אויפזיכט מיט ח . זויבער ־ מאן אין דער שפיץ . די שול נר . 9 געפינט זיך אין זעלביקן בנין ווו די שול נר . 2 . # * * די קינדער פון די פאלקם־שולן געפינען זיך סטאביל אונטער א היגיעניש־מעדיצינישער השגחה , און ווען ס׳איז נויטיק ווערן זיי אפגעשיקט אין שטאטישן געזונטהייטס־צענטער , ווו זיי באקומען מעדיצינישע הילף אין אלע אמבולאטאריעס , וואט ווערן אויטגע ־ האלטן דורכן בענדינער מאגיסטראט . בעת די זומער־פעריען , ווערן די יידישע קינדער ארויסגעשיקט אויף קאלאניעס און האלב־קאלאניעס , די קאלאגיעס ווערן אויטגע ־ האלטן דורך דער בענדינער שטאט־פארוואלטונג און געפינען זיך אין אייגענע בנינים , וועלכע זענען ספעציעל אויסגעבויט געווארן פאר די יידישע קינדער . די 3־קלאסיקע פריחאטע האנדלס־שול ביים צענטראלן דעטאליסטן און קליינהענדלער פארבאנד אין פוילן , אפטיילונג אין בענדין .

passage_b064a88bbc716b3446fab70d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1216-2505

די האנדלס־שול איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1927 דורך מאריא באיארסקא. אין ערשטן יאָר פון איר עקזיסטענץ איז נאָר טעטיק געווען די ערשטע קלאס און שפּעטער ווערן אויך שטופנוויי ז טעסיק די 2־טע און 3־טע קלאסן. די ערשטע צייטן זענען געווען זייער נישט גינסטיק פאר דער שול. טדאץ דעם, וואט דאס איז געווען די איינציקע יידישע האנדלס־שול, נישט בלויז אין בענדין, נאר אויפן גאנצן זאגלעמ־ ביער שטח, איז דאך די פרעקווענץ געווען א גאר שוואכע. די סיבה דערפון דארף מען זוכן אין דעם, וואט דאס פאך־שולוועזן איז דע־ מאלט נאד נישט געווען גענוג פאפולער צווישן יידן. דער דאזיקער צושטאנד האט אנגעהאלטן כמע ט ביזן יאָר 1934. אין יענעם יאָר איז די שול פארגעזעלשאפטלעכט געוואָרן און איז גע־ ווארן דאס אייגנטום פון דער געזעלשאפט "צענטראלער דעטאליטטן און קליינהענדלער פארבאנד און פוילך אפטיילונג אין בענדין. גלייכצייטיק איז אריין אין לעבן דאס נייע געזעץ וועגן פוי־ לישן שולוועזן, וועלכע ס האט אין א ברייטער מאס באריקזיכטיקט דאס מיטל־פאך־שולוועזן, שטעלנדיק עט אויף א גלייכער מדרגה מיט דעם מיטל־שולוועזן פון אלגעמיינעם כאראקטער. צוליב דער סיבה האט זיך אויפן ערשטן פלאץ ארויסגערוקט דאס האנדל־שול־ וועזן, וואט האט אויך געפונען אן אפקלאנג צווישן דער יידישער געזעלשאפט.

passage_90eadb354c3bfd5c813dd47e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2507-3851

סהאט זיך אנגעהויבן א באדייטנדיקער צופלוס פון דער יוגנט אינם האנדלס * שולוועזן און אויך אין דער אויביקער שול האט זיך געלאזט מערקן א ווענדונג צום בעטערן. אחוץ דעם האט דאם פאר* געזעלשאפטלעכן פון דער שול גורם געוועזן צו דער פרעקוועגץ פארגרעסערונג. דער פאקט, וואט די האנדלס־שול האט זיך געפונען אין די הענט פון א געזעלשאפטלעכער אינטטיטוציע איז געווען די בעסטע פרא־ פאגאנדע לטובת דער שול און די צאל שילערינם איז געוואקסן פון יאר צו יאר. אויב אין שול־יאר 1934/35 האט די צאל שילעריגם בא־ טראפן 54, ציילט זי אין 1935/36 שוין 90, אין 1936/37 — 147 אץ אין שול יאר 1937/38 דערגרייכט שוין די צאל ביז 210. די שול באזיצט היינט צו טאג 5 קלאסן: דערפון 2 ערשטע, 2 צווייטע און 1 דריטע. אחוץ דעם וועט אין לויפנדיקן יאר געעפנט ווערן א קאעדוקאציע־קלאם, און אנהויבנדיק פון 1־טן יאנואר 1938 ווערט אויך געעפנט א ן אוונט דערגענצונגס־קורס פאר סוחרים און האנדלס־אנגעשטעלטע. צוליב דער גינטטיקער אנטוויקלונג פון דער שול האט די אויבן־ דערמאנטע געז. געפונען פאר נויטיק צו ענדערן דעם לאקאל אויף א גרעטערן, וועלכער געפינט זיך איצט אויף דער קאלאנטאי א גאט נר. 33. ביזן יאר 1934 איז אין דער שפיץ פון דער שול געשטאנען מאריא באיארטקא און זייט דעמאלט פירט א ן מיט דער שול רעגינע מייט־ ליס. ד״ר שטאטלערס האנדלס־קורסן

passage_8732470b79513c8a3cd3c1e6
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3853-5109

די דאזיקע לערנאנשטאלטן זענען אנטשטאנען אין יאר 1918. אירע גרינדער זענען געווען: ט. ראקאוואסקי און ק. שטאטלער. דאם זענען געווען די ערשטע האנדלס־קורסן אין בענדין, וואט זעגן באשטעטיקט געווארן דורכן בילדונגם־מיניסטעריום. פון אנפאנג זענען די לעקציעס פאלגעקומען אין לאקאל פון דער היגע פוילישער רעאל־שול און זייט דעם יאר 1931 קומען זיי פאר אין אן אייגענעם לאקאל. זייט דעמזעלביקן יאר איז דער אויסשליסלעכער באזיצער פון די קורסן דער ד״ר ק. שטאטלער, וועלכער איז גלייכצייטיק באשטימט געווארן דורכן קוראטאדיום אלס זייער לייטער. די קורסן זענען א קאעדוקאציע־לערנאנשטאלט, וועמענס אויפגא בע ס׳איז אויסצובילדן די שילער אין האנדל און אדמיניטטראציע־ וועזן. די קורטן, וואט געפינען זיך אונטער דער אויפזיכט פון קרא־ קווער קוראטאריום, זענען שטארק פאפולער אין זאגלעמביע און האבן במשך פון זייער עקזיסטענץ ארויסגעלאזט הונדערטער אבסאל־ ווענטן, צווישן וועלכע א גרויסע צאל פארנעמט אנגעזענע פאסטן אין האנדלס, אינדוטטריע און פינאנס־אינטטיטוציעס. ביז צום היינטיקן טאג פירט אן מיט די קורסן ד״ר ק. שטאטלער, וועלכער איז אויך זייט א רייע יארן א געשוווירענער זאכקענער פון בוכהאלטעריע ביי דער האנדלס־ און אינדוטטריע־קאמער אין סאס־ נאויץ.

passage_feccb3152cd9e689467ce815
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 5111-5258

בקרוב וועלן אויך ביים דער אויביקער לערנאנstalt געעפנט ווערן קורטן פאר פרעמדע שפראכן, ווי אויך פאר פרעמד־שפראכיקע האנדלם־קארעספאנדענץ.

passage_ab72726f3532a32cb22cba6b