וואסערצווייב ביי א גרויסן אנטייל פון דער בענדינער יידישער יוגנט. אבער קיין אריכות ימים איז דער ערשטער פארוואלטונג נישט באשערט געווען, ווייל אין א חודש שפעטער איז אויסגעבראכן די וועלט־מלחמה און די דעפרעסיע, וואס האט באהערשט די גאנצע יידישע געזעלשאפטלעכקייט, האט אויך נישט אויסגעמיטן דעם "הכה". ערשט שפעטער, ווען דאם לעבן הויבט זיך אן צו "נארמאלי * זירך/באניי ט ווידער דער "הכה" זיין טעטיקייט און אין יאר 1915 געפינט ער זיך שוין אין א אייגענעם לאקאל, אין ד. זמיגראדס הויז. אבער לאנג האט דאך נישט אויסגעהאלטן, ווייל אין א קור־ צער צייט ארום איז די דייטשע זשאנדארמעריי באפאלן דעם לא־ קאל, גראד ביי א לעקציע פון א גרופע מיידלעך, וואס איז אנגע־ פירט געווארן דורך יעקב ערליך, וועלכן זיי האבן ארעסטירט און גלייכצייטיק אויך פארחתמעט דעם לאקאל, די טעטיקייט איז דערי־ בער ווידער אפגעשטעלט געווארן, און ס׳האט זיך אנגעהויבן א נייע "סדרה" לעגאליזאציע. אז מען בלעטערט. אדורך דעם ארכיוו פון "הכה" פון יענער עפאכע, מוז מען פשוט באווונדערן די ענערגיע פון יעקב ערליך, וועלכער האט פאר דער אינסטיטוציע אוועקגעגעבן פיל מי און צייט, ער האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר קיין שום שוועריקייטן, געארבעט בייטאג און ביינאכט, ווידמענדיק זיין גאנצע ענערגיען דעם "הכה".
די דייטשע אקופאציע־מאכט האט בשום אופן נישט געוואלט לעגאליזירן דעם "הכה". יעקב ערליך האט ממש פארשיט מיט בריוו די דייטשע "קרייז־קאמאנדע" און אויב די "ציוניסטישע פארייניקונג" אין בערלין, אז זי זאל אינטערווענירן ביי דער דייטשער רעגירונג לטובת דעם "הכה" אלם פועל יוצא איז זייער ארבעט געקרוינט געווארן מיט דערפאלג, און נאך עטליכע פארהערן פון ער־ ליבן דורך דער דייטשער "קרייז־קאמאנדא", איז דער "הכה" ווידער דערלויבט געווארן, דעם 23־טן נאוועמבער 1916. אבער אויך ביז דעמאלט האט דער "הכה" נישט אפגעשטעלט זיין ארבעט אויף קיין איין מינוט ווייל גראד צו יענער צייט איז גע־ ווען טעטיק די העברעאישע קולטור־געזעלשאפט "עבריה" וועלכע האט זיך פארזען אין איר סטאטוט מיט א פונקט וועגן פיזישער דער־ ציונג פון דער יידישער יוגנט און דער "הכה" פירט זיין ארבעט אלס סעקציע ביי דער געזעלשאפט "עבריה". נאך די סכסוכים צווישן דער פארוואלטונג פון "עבריה", און "הכה" וועלכע זענען געווען ווירטשאפטלעכע ווי אויך קולטורעלע, ווי צב״ש: דער תנאי, אז אלע מיטגלידער פון "הכה" מוזן לערנען די העברעאישע שפראך א. אז״וו. צווינגען די "הכחאנער" זיך צוריק זעלבסטשטענדיק צו ווערן.
דעם 30־טן דעצעמבער 1916 קומט ווידער פאר די אלגעמיינע פארזאמלונג פון באנייטן "הכה" און ס׳ווערט אויסגעוויילט א פאר־ וואלטונג מיט ד. מ. ראטנער אלס פארזיצער, יעקב ערליך, מאטל גאלד, ישראליק בלומענפרוכט, אברהם קאקאטעק־שלעזינגער, רא־ מעק רעכטמאן א״אנד. די פארוואלטונג האט מיט קליינע ענדערונגען, געארבעט ביזן יאר 1920, זי איז געשטאנען אויף א געהעריקער הויך און האט געהאט צו פארצייכענען גרויסע פארדינסטן, ווייל די יארן 1915—1918 געהערן בלי ספק צו דער גלאנץ־עפאכע פון דער "הכה" טעטיקייט צווישן די בענדינער יידישער יוגנט. אין יענער צייט איז דעם "הכה" געלונגען צו פאפולאריזירן די אידיי פון פיזישער דערציונג צווישן דער יידישער יוגנט אין א גאר גרויסער מאס. ס׳האבן געשטראמט אין די "הכח״־לאקאלן גאנצע מהנות בחורים און מיידלעך מיט אויסגעקרומטע רוקנס און בלא־ סע פנימער, בכדי צוריק צו באקומען די קאלירן און שטארקע מוס־ קולן. און די ארבעט האט געגעבן אירע פרוכטן, דעם 12־טן אויגוסט 1917 נעמט דער "הכה" אנטייל אין טשענסטאכאו אויףן קאנקורם, די ערשטע טורן גרופע פון ״הכדו״. עס שטייען פון רעכטס צו לינקס: באזשיקאווסקי, שטיינבערג, מעלאך 1, גוטמאן, (אלע ביידע אין ישראל) מעלאך 2, אלטוש, ווינער (אמעריקע), שטיינבערגער, פלעסנער, באזשיקאווסקי און גוטמאן (ישראל). עס קניען: ט. קאקאטעק, צוקערמאן און פולטאראק.
קבוצת ההתעמלות הראשונה של "הכה". 85 ־ ־