Original scan
Original memorial-book scan 90
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1147

ווו ס׳האב ן זי ך ספעציעל אויסגעצייכנט: ארטור ווינער, אברהם קא־ קאטעק־שלעזינגער, יחזקאל באזשיקאווסקי א״אנד. אין זעלבן יאר איז אויך פארגעקומען די הערלעכע רעוויו פין די "הכח״־קאדערן אין וואיקאוויץ, בעת דער אנטהילונג פון דער פאריין־פאן. א קאפיטל פאר זיז־זענען די הערלעכע טורן־פעסטן, וועלכע זענען איינגעארדנט געווארן און האבן עטליכע מאל געמוזט איבער־ געחזרט ווערן, און ביי יעדן מאל האבן אויסגעפעלט בילעטן. אין די יארן 1916/17 זענען אויך געפירט געווארן קורסן פאר היגיענע און אנאטאמיע דורך די דאקטוירים: וויינציהער, וואסערצווייג און רעכטשאפט. דער "הכה" האט אויך אויסגעפוילט ביים דעמאלסטיקן דייטשן שול־אינספעקטאר איינצופירן טורן־צוואנג אין די שולן און חדרים וווהין דער "הכה" האט דעלעגירט זיינע אינסטרוקטארן. אין יענער צייט האט זיך יעקב ערליך געווענדעט צום דייטשן גענעראל קרעוועל, וועלכער איז דעמאלט געווען דער קאמאנדיר אי־ בער די מיליטערישע כוחות אין זאגלעמביער ראיאן, וועגן אן אינ־ סטרוקטאר פארן "הכה". די מיליטערישע לייטונג האט דעלעגירט דעם פעלדפעבּל דעקעה וועלכער האט זיך ספעציעל אויסגעלערנט די העברעאישע קאמאנדע־שפראך.

passage_f4ff7bea1adb53f6cfd80806
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1149-2462

ס׳האבן אבער דעם "הכה" נישט אויסגעמיטן קיין ארומרייסענישן, וועלכע זענען אנטשטאנען אויפן באדן פון דער שפראכן־פראגע, די צוגעהעריהייט צום וועלט־פארבאנד "מכבי" אין די בלוי־ווייסע סאן. די דיסקוסיע אויפן די אלגעמיינע פארזאמלונגען אין זאל "האר־ מאניע" האבן אפגעהאלטן אין די יארן 7־/1916. די אפאזיציע איז אנגעפירט געווארן דורך: סטוד. ח. פערעל, יעקב שווייצעה יחיאל קארנפעל ה בצלאל בערקאוויטש, סאלעק טראוב א״אנד. אין יאר 1917 איז אנגענומען געווארן א קאמפראמיס־פארשלאג, וועלכער האט געלויטעט "די בלוי־ווייסע פאן ווערט נישט בא־ טראכט ווערן אלס די נאציאנאלע פאן, נאר אלס פאן פון פארייך. די אפאזיציע האט אויך אויף א שפעטערדיקער אלגעמיינער פאר־ זאמלונג אויך פארלאנגט, אז ס׳זאל באזייטיקט ווערן דער מג ן דוד פון דער פאן, וואס די אלגעמיינע פארזאמלונג האט אפגעווארפן. בנוגע דער "שפראכן־פראגע" איז אנגענומען געווארן א ן "איי־ זערנער־געזעץ״, וועלכער בארעכטיקט די שפראכן: ״יידי ש, העברע־ איש און פויליש". אחוץ גימנאסטיק איז אויך געווען טעטיק א ראווערן־סעקציע און א מוזיק־סעקציע. אין דעמאלסטיקן ארקעסטער האבן אנטייל גענומען: יעקב ווינער, שבתיאנזלאוויטש, מענדל קאנער, נאטאן גוטמאן, דוד ערליך, הערמאן פשעראווסקי, פינקום גאלדמינץ, מאטל ראטענבערג, יצחק מאלאך, סאלעק טראוב, ראמעק רעכטמאן א״אנד.

passage_c8b45149a3d723ec61eb95bd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2464-3726

א לענגער צייט איז דער ארקעסטער אנגעפירט געווארן דורך סאלעק טראוב, שפעטע ר דורך די דיריגענטן: קאגאן און אקערמאן (א דייטשער קאפעלמייסטער). דער ארקעסטער האט אנטייל גענומען אין עטליכע אויספלוגן, טורן־פעסטן און אויך אין א ריי עפנטלעכע קאנצערטן. ס״איז אויך טעטיק געווען אן אייגענע קראנקן־קאסע, וועלכע איז געשאפן געווארן א דאנק דער איניציאטיוו פון א. קאקאטעק־ שלעזינגעה אין אקטאבער 1918 ווערט אויך געשאפן א פוטבאל־סעקציע, וועלכע איז אויך געלייטעט געווארן דורך קאקאטעק־שלעזינגעה די פיאנערן פון יידישן פוטבאל אין בענדיִן זענען געווען: א. קאקאטעק־ שלעזינגעה מאקס זמיגראד, יעזשִי פירסטענבערג, וועניא באיארסקי, ח.ח. שיוועק, אישעק בירנצווייג, מ. קארנפעלד, א״אנד. אין יאר 1921 הויבט שוין אן די פוטבאל־סעקציע ארויסצוטרעטן עפנטלעך. אין דעם זעלביקן יאר עפנט דער "הכה" דעם ערשטן אין בענדין פוטבאל־פאלץ, אויף שטשיביכעם פעלדער. דעמאלט האט שוין די פוטבאל־סעקציע פון "הכה" א נאמען און א סך "קיביצער". די ערשטע פוטבאל־מאישאפט פון "הכה" איז באשטאנען פון פאלגנדיקע מיטגלידער: יוסף בראמא, יידל רעכניץ, מאניעק בירנצווייג, בענדעט קארנפעלד, וואלף פראכטצווייג, גאלדמאן, מאניעק זמיגראד, מאקס זמיגראד, ח.ח. שיוועק, יידל שיוועק, מעלאך און יורא.

passage_a9f2effe42486b6aec8f0c79
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3728-4543

אין יא ד 1924, אי ן צוזאמענהאנ ג מי ט ד ן 10 יעריק ן יובילי י פו ן "הכת", ווער ט אוי ך געפייער ט ד י דערעפענונ ג פו ן נייע ם ספארט־ פלאץ (גוטמאנ ס פלאץ), וועלכע ר אי ז שוי ן פי ל באקוועמע ר או ן אויך בעסע ר איינגעארדנט. צ ו ד י ארבעט ן בי י אויפבויע ן דע ם ספארט־פלאץ, אי ז ווערביר ט געוואר ן א גרויס ע צא ל "הכח"־מיטגלי ־ דער. אנגעפירט מי ט ן "הכה" " האב ן צ ו יענע ר צייט: פרעזע ס ש. פיר ־ סטענבערג, ד״ ר רעכטשאפט, יעק ב ליכטענשטיין, וויצע ק שווייצער, ד״ר רעכטמאן, פנח ס שטערנפעלד, פאדלינסקי, ח. באזשיקאווסקי, פ. בארענבלא ט א״אנד. די יאר ן 1928—1926 געהער ן ניש ט צ ו דע ר גלאנץ־עפאכ ע פו ן "הכה". אחו ץ ווא ס ד י פוטבאל־מאנשאפ ט הא ט זי ך אי ן יענע ר ציי ט דערווארבן ד י מייסטערשאפ ט אי ן טשענסטאכאווער־קריי ז או ן א ביס ל גימנאסטיק אי ן ד י אייגענ ע לאקאל ן אי ז מע ר גארניש ט געלייסטער ט געווארן.

passage_98a7d487383202c3db72ad9d
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4545-5833

צו דעם שלעכטן מצב האט גענומען א סוף אין יאר 1929, ווען צו דער ארבעט איז צוגעטרעטן א גאנץ נייע פארוואלטונג, אין ויעמענם שפיץ ס׳האט זיך געפונען ד״ר רעכטמאן (פארזיצער), אברהם קראמאלאווסקי (וויצע־פארזיצער), שלמה ראזענבלום (סע־ קרעטאר), משה העלבערג (קאסירער), די ברידער באזשיקאווסקי, צינע ווינער, פסח בארענבלאט, יעקב מאנטאג, משה פלעסנער די ברידער י. און מ. ליכטנשטיין, אברהם גאלד, משה לאסקער און אהרון זיסקינד. במשך פון א קורצע צייט האט די פארוואלטונג בא־ וויזן צו סאנירן די פינאנסן און צו פארגרעסערן די צאל מיטגלידער פון 180 אויף 700. די רייען פון די טורנער האבן זיך פילפאכיק פארגרעסערט אוג־ טער דער ענעדגישער לייטונג פון די ברידער באזשיקאווסקי. צד ליב דער אומגעהויערער פרעקווענץ־פארגרעסערונג, הויבן אן די זאלן פון "הכה" ענג צו ווערן פאר די גרויסע מאסן טורנער. צו יענער צייט האבן ביים "הכה" עקזיסטירט פאלגנדיקע סעק־ ציעס, וועלכע האבן אויסגעצייכנט פונקציאנירט: די ראווערן־סעקציע געפינט זיך אונטער דער לייטונג פון צינע ווינער. די פוטבאל־סעקציע פירט איר טעטיקייט אונטער דער אומד זיכט פון פ. בארענבלאט און די ברידער ליכטענשטיין. מיט די סעקציעס: קויש־און האנטבאל, לייכטאטלעטיק פירן אן: אינזש. טאדעק אינוואלד, משה פלעסנער און משה לאסקער.

passage_b823dd601c3e9f11d07c6a6f
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5835-6040

אין דער שפּיץ פֿון דער טעניס־סעקציע שטייט אברהם קראמאלאַוו־סקי. מיט דער פּינג־פּאַנג־סעקציע פירט אָן משה העלבערג. די באקסער־סעקציע ווערט געלייטעט דורך ארטור ווינער און אברהם ווראצלאווסקי.

passage_7df88fa6eb24933c9f75269b