Original scan
Original memorial-book scan 91
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1111

פיט דע ר גליטשער־סעקציע פיר ן א ן יעק ב ליכטענשטיי ן או ן יעקב מאנטאג. א דאנ ק דע ר ענערגי ע פו ן דע ר דעמלסטיקע ר פארוואלטונג, וועל־ כע הא ט ניש ט פארנאכלעסיק ט קיי ן שו ם ספארט־געבי ט או ן באמי ט זיד ווא ם אמא ל מע ר צ ו פארצווייג ן אי ר טעטיקייט, אי ז אוי ך גע־ שאפן געוואר ן דע ר "הכח״־ארקעסטער. צ ו דע ם צווע ק הא ט ד י פאר־ וואלטונג אסיגניר ט 2000 גילדן, דע ר ארקעסטע ר הא ט זי ר אי ן אב־ פאנג געפונע ן אונטע ר דע ר לייטונ ג פו ן אברה ם קראמאלאווסק י או ן שפעטער ווער ט ע ר אנגעפיר ט דור ך שלמ ה ראזענבלום. דער ארקעסטע ר באווייז ט דור ו א קורצ ע ציי ט צ ו מאכ ן ריזיק ע פאר־ שריט, או ן אי ן יא ר 1933 ווער ט ע ר אויסגעקליב ן דורכ ן וועלט־פאר־ באנד "מכבי " אנטיי ל צ ו נעמע ן אי ן דע ר ווינטע ר "מאכאביאדע " אי ן זאקאפאנע, וועלכ ע הא ט זי ך אג ב זע ר גו ט איינגעגעבן. דער ארקעסטע ר געפינ ט זי ד דעמאל ט אונטע ר דע ר לייטונ ג פו ן קאפעלמייסטער יצח ה בארענבלאט. אין יא ר 1930 פייער ט ד ע ר ״הכה ״ זיי ן 15 יעריק ן יוביליי, וועל־ כער אי ז געווע ן א רעוואלאצי ע פא ר אל ע אנטיילנעמער, ד י פייערוב־ גען האב ן געדויער ט 3 טע ג או ן זענע ן געווע ן פארזע ן מי ט א פאר־ שידנארטיקן פראגראם.

passage_d2ecb78837cf680274d7cb8c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1113-2373

צודעם צועדצווקא איז דערשינען א ספעציעלע ביילאגע צום דער ״זאגלעמביער צייטונג״ וועלכע איז געווען געווידמעט דער 15 יעריקער טעטיקייט פון "הכה" און ווו ס׳האבן זיך באטייליקט: פרעזעס פירסטענבערג, ד״ר רעכטמאן, ד״ר ערווין מעכנער (ביליץ), רעד. שמעון ראטענבערג, יעקב ערליך, רעד. ש. לעווקאוויטש, שלמה ראזענבלום א״אנד. אחוץ די פאריינען פון זאגלעמביע, האבן אין די פייערונגען אגטייל גענומען די "מכבי״־פאריינען פון פאלגנדיקע שטעט: לעמבערג, קראקע, טשעשין, ביליץ, דזשעדזשיץ, קזשאנווו, כאזשווו, טשענסטאכאוו, אלקוש, וויערושאוו און אויר פון אנדערע שטעט. אויסער דעם זענען געווען פארטרעטן דעלעגאטן פון די "מכבי"־פארבאנדן: בערלין, ווארשע, קראקא אוו ביליץ. דער "הכה" איז געווען פארטרעטן אויפ ביידע "מכביאדעם" אין ארץ ישראל דורך דעם טויערמאן נתן נונבערג. די פארוואלטונג האט! מיט קליינע ענדערונגען, אנגעהאלטן ביזן יאר 1933. זייט יאר 1933 הויבט זיך אן צו מערקן א לאנגזאמע ירידה אין דער טעטיקייט פון "הכה". דער מצב פארערגערט זיך אויפ אזו י ווייט אז אין אויגוסט 1936 איז דער "הכה" געצווונגען צו פארלאזן זיין לאקאל. דעם קריטישן קולמינאציע־פונקט דערגרייכט דער "הכה" אין ווינטער 1937, דעמאלט דראט דער געזעלשאפט א פולשטענדיקן פונאנדערפאל.

passage_8489c56b5a48d2336df96db7
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2375-3604

ס׳דארף גלייכצייטיק באמערקט ווערן אז טראץ די פארשידענע שוועריקייטן, האבן די פארוואלטונגען אין די יארן 1937—1933 אלץ געטון, אז די טעטיקייט פון "הכח" זאל נישט גענצליך פאראליזירט ווערן, א דאנק דעם האבן א געוויסע צאל סעקציעס ווייטער געפירט די ארבעט און אנטייל גענומען אין פארשידענע מייסטערשאפטן, ווי זיי האבן דערגרייכט שיינע רעזולטאטן און אפילו ערשטע פלעצער. דער אנשטאנענער קאטאסטראפאלער מצב האט אבער נישט צו רו געלאזט די "געשוווירענע" "הכח״־טוער, וועלכע האבן בשום אופן נישט געוואלט שלום מאכן מיטן געדאנק, אז אזא וויכטיקע אינסטיטוציע זאל ליקווידירט ווערן. און דעריבער האבן זיי אויף א באראטונג באשלאסן צו דופֿן אן אלגעמיינע פארזאמלונג אויף דעם 22־טן דעצעמבער 1937. אין דער פארזאמלונג האבן אנטיילגענומען א פאר הונדערט פערזאן, וועלכע האבן באשלאסן, אז דער "הכה" מוז אומבאדינגט צוריק אויפגעלעבט ווערן. ס׳איז אויסגעוויילט געווארן א סאנירונגם־קאמיטעט מיט ד״ר א. רעכטשאפט אלם פ׳ארזיצער, (וועלכער האט הינטער זיך א 10 יעריקע "הכח״־טעטישקייט) אינזש. ט. אינוואלד (וו. פארזיצער), מ. סערצאזש (קאסירער), ל. באזשיקאווסק א (סעקרעטארין), ת הירש, פ. בארענבלאט, מ. פלעסנער, ד״ר ם. לאנדפי ש און ר. לאכמאן.

passage_f89054bb10e9588874bd1d36
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3606-4038

די אויפגאבע פון ניי־אויסגעוועלטן קאמיטעט איז: געזונ ט צו מאכן די פינאנסיעלע פארהעלטנישן, צו ברענגען אין באוועגונג אלע סעקציעס און צו פארשארפן פאר דער געזעלשאפט אן אנט־ שפרעכנדיקן לאקאל. בעת מיר פארענדיקן די שורות, ארבעט דער קאמיטעט זייער אינטענסיוו און ס׳איז מעגלעד, אז ווען די ווערטער וועלן דערגיין צום לעזער, וועט שוין דער "הכה" באזיצן אן אייגענעם לאקאל און א ספארט־סטאדיאן. 87

passage_7d5b87a53d1cc8e2215120e5