די יידישע דראמאטישע געזעלשאפט "מוזע־ ־ 1 טעאטער סעקציע. די ייד. דראמ. געז. ״מוזע״ איז אייגנטלעך א המשך — מיט אנדערע ווערטער — א גאכפאלגערין פון די פריערדיקע אזוי גער פענע "סצענישע אמאטארן־קרייז" אדער "דראמאטישע סעקציעס", וועמענם אידיי ס׳האט זיוא מיט דער צייט וואט ווייטער אלץ מער אויסגעפורעמט און קריסטאליזירט אין א ברייטן פארנעם און פארייניקט אונטער איין פאן אירע בעסטע דראמאטישע כהות, שאפנדיק אט די דאזיקע געזעלשאפט אונטערן נאמען "מוזע". איר התחלה גרייכט נאד אין די יארן 1905. דעמאלט איז דורך דער איניציאטיוו און אונטער דער אנפירונג פון הערשל שטאטלער און אין יוסף קאלוזשינסקי געשאפן געווארן אן אמאטארן־קרייז, וועלכער האט פון צייט צו צייט געשפילט טעאטער. עס זענען צווישן אנזערע אויסגעפירט געווארן: "דודס פידעלע" טשירקאוו׳ס "יידן", פינסקיס "פאמיליע צבי" און גארדינס "דער ווילדער מענטש". אין יאר 1909 ארגאניזירט זיך אויפסניי א דראמאטישע סעקציע ביים דעמלסטיקן "הזמיר", וועלכע פירט אויף צווישן אנדערע: "מזל טוב", "נאר א דאקטאר", "צעזייט און צעשפרייט" פון שלום עליכם, ווי אויך גארדינס "דער יידישער קעניג ליד", "די אמתע קראפט" און שלום אש׳ם "מיטן שטראם". אין די שפעטערדיקע יארן ווערן אוגטער דער אנפירונג פון
ה. שטאטלער, ווייזוי ך פון וואל ף רעכני ץ — נא ך געשפילט: "דער קרבן", "תלמיד חכם", "מאטיע מל ך דער סטאליאר", "געברידע ר לוריע", "קרייצער סאנאטע", "נבלה", "תקיעודכף", "דער פא־ טער", "די יורשים", "דאס ווילנער בעל־הביתל" (רעזשי: ארטיסט קאן) און א גאנצע ריי איינאקטערם. שוין אין דער צייט פון דער אקופאציע דערוועקט זיך ביי די אמאטארן דער געדאנק צו שאפן א פעסטן דראמאטישן פאריין, וואם זאל פארייניקן אלע כוחות פון פארשידענע סעקציעס און קרייזן. ס׳איז דעמאלט אויסגעארבעט געווארן א סטאטוט פארן דאזיקן פא־ ריין, וועלכער איז אריינגעטראגן געווארן צו דער אקופאציע־מאכט מיט דער ווענדונג וועגן א לעגאליזאציע. די אקופאציע־מאכט האט אבער די דאזיקע ווענדונג אפגעווארפן מיטן אויסרייד, אז ס׳עקזי־ סטירט שוין אזא פאריין אין בענדי ן אונטערן נאמען "הזמיר". די איניציאטארן האבן זיך אבער פון דעם געדאנק נישט מייאש געווען און האבן ווייטער אלץ געטון, כדי צו פארווירקלעכן די אויסגע־ טרוימטע אידעע — נישט קוקנדיק אויף אלע מניעות און שטערוג־ גען, וואס זיי האבן אין יענער צייט געהאט צו באקעמפן.
איןעטלעפאיארשפעטע ר (1920), קומטפאראבאראטונג פון אגרופעאמאטארן אין דיפערזאנעןפון: הערשלשטאטלער, מאירוויינשטאק, עובדי הב לומענפרוכט, וואלףרעכניץ, מענדל קאנער, חיי ם דודברוינער, הערשלוועקסעלמאן, הערשללעבער א״אנד., וועלכע טראגן אויפסניי אדיין אסטאטוט צודערדעמאלסטי ־ דערדראמ.~קרייז מיטן בארימטן רעזשיסער דוד הערמאן (x). עסשטייען פונרעכטס צולינקס: קאמינסקי מ.וו., לאסקערי., וועקסעלמאןה., בערקאוויטש, מיעדזשינסקיע., בלומענפרוכט, קאנער, ראטענבערג, וויינשטאק. עסזיצען: האמפעל, שינטאלח., מעלניק, הערמאןדוד, פאטאשינסקי, שטאטלער, 3 פרויען, 2 שוועסטער מעלגיק איןפאטאק. האגודה הדרמטית "מוזה" עם הבמאי דוד הרמן(^. - 88 -