Original scan
Original memorial-book scan 98
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1060

די "לאנדקענטשאפט געזעלשאפט" לויט דער איניציאטיוו פון ד״ר פ. ווידערמאן, איז אין אקטאבער 1929 געגרינדעט געווארן אין זאגלעמביע אן אפטיילונג פון דער יידישער לאנדקענטשאפט געזעלשאפט, וועמענס אויפגאבע ט׳איז געווען צו דערוועקן ליבשאפט צו טוריסטיק און לאנד־קענטשאפט. אץ אנפאנג האט זיך דאס זיצארט פון דער אפטיילונג געפונען אץ סאסנאוויץ, אין די ערשטע מיטגלידער האבן זיך רעקרוטירט פץ דער לערערשאפט פץ דער דארטיקער יידישער פרויען גימנא־ זיע. אץ נאוועמבער 1930 איז דאם זיצארט פון דער אפטיילונג ארי־ בערגעטראגן געווארן קיין בענדי ן אין לאקאל פון סוחרים פאריין. די נייע פארוואלטונג, מיט דער באטיילונג פון ל. רעכטמאן, י. טע־ נענבוים א״אנד. האט אנגעהויבן אן אינטענסיווע ארבעט. זייט דאם זיצארט איז איבערגעטראגן געווארן קיין בענדי ן הויבס זץ * אן א שטארקע אנטוויקלונג פון דער אפטיילונג, צו וועל־ כער ם טרעטן צו א סך נייע מיטגלידער, אזוי, אז צום סוף פון יאר 1932 צייל ם שו ץ די געזעלשאפט 258 מיטגלידער פון בענדין, סאסנאיויץ, דאמבראווע און דער אומגעגנט.

passage_78a7418116301f185bc920aa
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1062-2307

אחחצאלרייב ע נאענטע און ווייטע לאנדקענטשאפט־אויס־ פלוגן. האט אויך די אפטיילונג ארגאניזירט א גאנצע רייע אויס־ פלוגן אין די זאגלעמביער און אויבערשלעזישע פאבריקן און האט אזוי ארום דערמעגלעכט די יידישע געזעלשאפט זיך צו באקענען מיט די אינדוסטריע־צענטערן אץ די אויביקע ראיאנען. גלייבצייטיק האט די געזעלשאפט אנטוויקלט א קולטור און אוים־ קלערונגם־ארבעט צווישן אירע מיטגלידער, ארגאניזירנדיק פארלע־ זונגען, ליטערארישע אוונטן. פרעמדשפראכיקע קורסן און האט אויך אייגגעארדנט בילדער־אויסשטעלונגען פון יידישע מאלער. ביי דער געזעלשאפט איז אויך געגרינדעט געווארן א טוריטטן ביבליאטעק און א לייענזאל, וועלכער איז פארזען מיט 21 פארשי־ דענע אויסגאבן. אין דער טעטיקייט פון דער געזעלשאפט פארדינט א טפעציע * לע אויפמערקזאמקייט דער פאקט פון איינארדענען אין יאר 1931, די ערשטע אויפן שטח פון זאגלעמביע, טוריטטיק און לאנדקענטשאפט * אויסשטעלונג, ווי אויך דאס ארגאניזירן אין יאר 1933 פאפולערע צוגן קיין קריניץ און אין די יארן 1934—1936 קיין קראקע. אין יאר 1930 איז געשאפן געווארן א נארטן־סעקציע, וועלכע איז א מיטגליד פון נארטן־פארבאנד, — א פאטאגראפיע־טעקציע, מיט א גוט פארזארגטע טונקל־קאמער און ס׳איז אויד געגרינדעט געווארן פאטאגראפיע־קורסן.

passage_ecde85d1c4729ad411ef26c3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2309-3375

צוליב דער שטארקער אנטוויקלונג פון דער אפטיילונג איז אנט* שטאנען א נויטווענדיקייט צו באזיצן אן אייגענעם לאקאל, וועל־ כער איז אין יאר 1933 געדונגען געווארן אויף דער סאנטשעווסקי גאס. היות די צאל מיטגלידער איז אין יאר 1936 כסדר געשטיגן, האט זיך די געזעלשאפט אריבערגעטראגן אין א בעקוועמער לאקאל אויף דער קאלאנטאיאגאס. אזוי ווי אץ דער לעצטער צייט זענען אנטשטאנען פארשידענע שוועריקייטן ביים ארגאניזירן אויספלוגן, ווערט געלייגט מער אכט אויף דער קולטור־און אויפקלערונגם־ארבעט, און צו דעם צוועק ווערן טיטטעמאטיש יעדן מיטוואך איינגעארדנט פארלעזונגען, רע* פעראטן און ליטערארישע אוונטן. מיט דער דאזיקער טעטיקייט פירט אן דער געזעלשאפטלעכער קלוב, וואס עקזיסטירט ביי דער אפטיי* לונג. די פארוואלטונג פון דער לאנדקענטשאפט געז. איז אין יאר 1937 באשטאנען פון פאלגנדיקע מיטגלידער: ד״ר ווידערמאן (פאר־ זיצער), ל. רעכטמאן (וויצע פארזיצער), ש. האמפע ל (סעקרעטאר), ב. טאלאמאן (קאסירער), ה. ווייזענפרוינד, י. טענענבוים, מ. פלעס* נער, ד״ר. ש. וויינבאך, און א. רודזין.

passage_683755ae5204444ab54f004d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3377-4398

דער צוזאמענשטעל פון דער קלוב־פארוואלטונג איז געווען פאלגנדיקער: י. ערליך (פארזיצער), ל. רעכטמאן (וויצע פארזיצער), ד״ר וויינבאך (קאסירער), וו. בוכווייץ (סעקרעטאר), י. אייזענבערג (פארוואלטער), י. טענענבוים, ד. צוקערמאן, ל. גאלדשטיין און א. האמפעל. דער אקאדעמיקער־קרייז "אגדסקא" אפיציעל עקזיסטירט אין אונדזער שטאט דער אקאדעמיקער־ קרייז — אלם א פראווינץ־אפטיילונג פון דער יידישער סטודענטן ארג״אגגיסקא״ אץ קראקע — זייט דעם 22טן אויגוסט 1925, פאקטיש אבער האט שוין אזא קרייז פריער עקזיסטירט ביים פאר־ באגד "אוקסיליום אקאדעמיקום יודאקום" אפט. אין בענדין. דער ציל פון קרייז איז לויטן סטאטוט פאלגנדיקער: ערטיילן די מיטגלידער הלואות, בכדי זיי צו דערמעגלעכן צוענדיקן די סטודיעס, צו פארשטארקן די מיטלן פון דער קראקאווער צענטראלע, ווי אוץ־צו דערוועקן ביי די מיטגלידער דעם חשק צו פירן א וויטג־ שאפטלעך אץ געזעלשאפטלעכן לעבנם־שטייגער. אויב ס׳האנדלט זיך גועגן די ערשטע 2 צילן, קען זיד די היגע "אגניטקא" בארימען מיט

passage_68db93241d1c4aa929b7ddbe
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4400-5076

באדייטנדיקע דערפאלגן. די אלגעמיינע סומע פון די הלואות, וואט זענען ערטיילט געווארן דורך דעם קרייז ביז צום סוף פונעם אקאדע־ מישן יאר 37/1936 באטרעפט 18.720 גילדן. די דאזיקע הילף האט דערמעגלעכט א גאנצע רייע מיטגלידער צו ענדיקן זייערע סט דיעס, און אסך דאקטוירים, אדוואקאט ן אאז״וו, האבן צו פארדאנקען זייער איצטיקע עגזיסטענץ די דערמאנטע הילף. די אלגעמיינע געלד־סומע, וואט איז איבעדגעגעבן געווארן דער קראקאווער־צענטראלע באטרעפט 4.820 גל. דער דאזיקער סכו ם באווייזט, אז דער בענדינער קרייז געהערט צו די באדייטנדיקסטע יידישע אקאדעמישע פראווינץ־פונקטן. דער קרייז ציילט היינט צו טאג אן ערך פון 200 מיטגלידער און

passage_0b2be615e1268fae0f9941b0