Original scan
Original memorial-book scan 97
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1259

ליד"פון י. גארדין. "תלמיד חכם", "משה חייט" א״אנד. אויסער דעם את אויך אויסגעפירט געווארן — אונטער דער רעזשיפון טאלענט־ פולן אקטיאר און רעזשיסער שידלאווער — גארדינס פיעסע "די אמתע קראפט". צום סוף פונעם יאר 1910 האט, אלס גאסט פון "הזמיר", געוויילט אין בענדי דער דיכטער אברהם רייזין, וועלכער האט אנטייל גע־ נומען אין א קינסטלער אוונט, געווידמעט לכבוד אים. רייזן האט רעציטירם א רייע אייגענע שאפונגען, און אחוץ דעם איז אויסגעפירט געווארן דורך דער דראם.־0עקציע "מיטן שטראם" פון שלום אש. סאיז כדאי צו באמערקן, אז אייניקע "הזמיר״־מיטגלידער האבן פאר־ שאפט רייזינען א פאס. א דאנק וואם ס׳איז אים געלונגען גלייך פון דאנען אפצופארן קיין אמעריקע. דער גלאנץ פעריאד פון "הזמיר" האט געדויערט ביזן סוף פון יאר 1912. זייט דעמאלט הויבט זיך אן די ירידה פון דער מוזיקא־ ליש־דראמאטישער סעקציע. די סיבה דערפון איז געווען: די פאר־ נאכלעסיקונג מצד דער יידישער קולטור־אינסטיטוציע אין אונזער שטאם וואס האט גורם געווען, אז צוליב פינאנסיעלע שוועריקייטן איז ליאן קאפף אוועק פון "הזמיר". מיט גרויסע אנשטרענגונגען און מי איז געלונגען צו אנגאזשירן דעם בארימטן קאמפאזיטאר און מוזיקער מתתיהו בענסמאן, וועלכער האט איבערגענומען די ליי־ טונג.

passage_3eaaad95956cb6130f6a1005
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1261-2565

אבער פאר בענסמאנען, וועלכער האט דעמאלט געהערט צו די באדייטנדיקסטע יידישע קאמפאזיטארן, איז דער "הזמיר" געווען א צו קליין ארבעטס־פעלד, ווו ר׳האט זיך נישט געקענט מוזיקאליש אויסלעבן. אויסער דעם האבן באך די פינאנסיעלע שוועריקייטן מיטגעווירקט דערצו, אז נאך אייניקע קאנצערטן, געווידמעט דער יידישער פאלקס־מוזיק און עטליכע טעאטער פארשטעלונגען (אויך אונטער בענסמאנס רעזשיא) און נאך אייניקע וואכן פראבן פון ווערדיס אפערע "טראוויאטא" אויף יידיש (וואס בענסמאן האט אליין איבער־ געזעצט און איבערדיכטעט), האט דער גרויסער מוזיקער געמוזט פארלאזן בענדין . צוליב בענסמאנס אפפאר הויבן אן איינציקווייז פאלן די ליים־ טונגען פון דער מוזיקאליש־דראמאטישער סעקציע און ס׳ווערט געלייגט מער אכט אויף דער ליטערארישער טעטיקייט . צום סוף פונעם יאר 1912 טרעפט מען אין דער "הזמיר״־פאר־ וואלטונג פאלגנדיקע מיטגלידער : סאלאמאן גוטמאן (פארזיצער), שלמה אבראמסאן (וו. פארזי־ צער), ל. רובינליכט (קאסירער), ש. שעפטל (סעקרעטאר), ק. אפג־ היים, איזאק סערצאזש, ש. זשמודזקי, י. שטאטלער, י. וויגאדזקי און רעד. ל. שפיגעלמאן . אין יענער צייט איז געלייגט געווארן דער פונדאמענט פון א מאדערנער יידישער ביבליאטעק אין בענדין. ס׳האט זיך אנגעהויבן א זאמלונג ׳פ׳תביכער, ביי וועלכער ס׳האט פיל געלייסטעט מ. אראנא־ וויטש.

passage_55d9684833ca141c59930c33
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2567-3719

גרויסע פארדינסטן פאר דער ביבליאטעק, אין אנפאנג פון דער אנטשטייונג, האט אויך געהאט ד. מ. ראטנער, וועלכער האט פיל מיטגעווירקט לטובת איר אנטוויקלונג און זי אויך מאטעריעל שטארק געשסיצט. ווייטער האבן זייער אקטיוו מיטגעארבעט: מאטל גאלד, אל־ טער טענענבוים, יידל קריגשטיין און מרים טענענבוים, וועלכע איז געווען פארוואלטונגם־מיטגלידערין און געארבעט אלס ביבליאטע4 קארין מיט גרויס איבערגעגעבנקייט זייט דעם יאר 1913 ביז 1920. דעם 20־טן דעצעמבער 1913 איז פארגעקומען די פייערלעכע דע־ רעפענונג פון דער "הזמיר״־ביבליאטעק, צו וועלכער ס׳איז ספע־ ציעל איינגעלאדנט געווארן י. ל. פרץ. דער גרויסער דיכטער האט דאן געהאלטן א רעפעראט, און אין אוונט איז לכבוד דעם בא־ רימטן גאסט איינגעארדנט געווארן א פייערליכער באנקעט, וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א דעמאנסטראציע פאר דער יידישער ליטעראטור. נאענט פאר דער וועלט־מלחמה איז אויך שלום־עליכם — בעת זיין רייזע קיין אמעריקע — געווען דער גאסט פון "הזמיר". דער באליבטער שריפטשטעלער האט דאן געלייענט פארשידענע פראג־ מענטן פון זיינע ווערק און דערקוויקט די הונדערטער צוהערער מיט זיין שפרודלדיקן הומאר.

passage_ec60aff276763122b5c12ecb
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3721-4754

ביים אויסברוך פון דער וועלט־מלחמה איז די ארבעט אפגע־ שטעלט געווארן. ערשט אין יאר 1915 הויבט דער "הזמיר" אן אויס־ סניי צו פירן א קולטור־טעטיקייט. די ביבליאטעק ווערט צוריק גע־ עפנט און ס׳ווער ן איינגעארדנט אפטע פארלעזונגען און ליטערא־ רישע שמועסן. אלם פרעלעגענט ן זענען געווען טעטיק צווישן אנדע־ רע: מ. אראנאוויטש, ד״ר ש. וויינציהער, י. פסחסאן, מ. מערקין (סאסנאוויץ). אויסער דעם זענען אראפגעבראכט געווארן א גאנצע רייע פרעלעגענט ן פון דער פרעמד. אין די ווייטערדיקע יארן מוז זיך דער "הזמיר", צוליב פינאג־ סיעלע שוועריקייטן, באגרעניצן בלויז מיט דער טעטיקייט אין דער ביבליאטעק, מיט וועלכער ס׳אינטערעסירן זיך דער עיקר י. פסחסאן, מ. גאלד, י. פרייליך, ע. קאוואלסקי, ב. גרויבארט, ד״ר ח. פערעל, מ. קאמינסקי און נט ע בראדקעוויטש. דער לעצטער האט ספעציע־ לע פארדינסטן לטובת דער ביבליאטעק, ווייל ער איז גלייכצייטיק טעטיק, זייט דעם יאר 1930 ביזן היינטיקן טאג, אלס ביבליאטעקאר, קאסירער און פארוואלטער (נאטירלעך אן שום באלוינונג).

passage_f2f72aeee67b08f8abb930e9
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4756-5996

לויט דער אויפפאדערונג פון דער בענדינער אויפזיכט־מאכט פון 30*טן דעצעמבער 1936 מוז זיך די געזעלשאפט "הזמיר" ליק־ ווידירן, און אויב די ביבליאטעק וויל ווייטער עקזיסטירן מוז זי לאזן לעגאליזירן נייע סטאטוטן, וועלכע זאלן זיין צוגעפאסט צו די פאר־ ארדנונגען וועגן געזעלשאפטן פון יאר 1932. צו דעם צוועק איז אויפן 6־טן פעברואר 1937 גערופן גע־ ווארן א מיטגלידער־פארזאמלונג, ווו ס׳איז געוויילט געווארן אן ארגאניזיר־קאמיסיע פון פאלגנדיקע פערזאנען: ישראל פרייליך, מאטל גאלד, ד״ר חיים פערעל און נטע בראדקעוויטש, וועלכע האבן געדארפט שאפן די סטאטוטן פאר דער נייער ביבליאטעק אויסן נאמען פון "שלום עליכם". דעם 24 מאי 1937 איז פארגעקומען די אלגעמיינע פארזאמלונג, ווו ס׳איז געוויילט געווארן א נייע פארוואלטונג פון דער "שלום עליכס״־ביבליאטעק פון פאלגנדיקן צוזאמענשטעל: מאטל גאלד(פאר* זיצער) יצחק פעלדבוים (סעקרעטאר), ד״ר ח. פערעל (קאסירער), נטע בראדקעוויטש (ביבליאטעקאר און פאוואלטער), ישראל פריי* ליך, ש. ניישטעטע ר און י. א. ליווער. די ביבליאטעק האט אין יאר 1937 געציילט 41 מיטגלידער, 175 לייענער און פארמאגט 3150 ביכער. די ביבליאטעק איז א שסענ־ דיקער אבאנאמענט פון אלע יידישע ביכער און וויכטיקע אויסגאבן, - 93

passage_32b746ef9e6d7f45e69602c3