זאנגען און א סצענישע אויפפירונג "מזל־טוב" פון שלום עליכם. דער דערפאלג פונם קאנצערט און פון דער פארשטעלונג האט איבער * געשטיגן יעדע דערווארטונג. נאכן ערשטן קאנצערט (1909) זענען אנטשטאנען פארשידענע סכסוכים צווישן דער פארוואלטונג — אין וועמנס שפיץ ס׳איז דעמאלט געשטאנען סאלאמאן גוטמאן — און דעם דיריגענט קלע- באינסקי, וועלכער איז ווירקלען־געווען מער מומחה אויפן אינ- סטרומענטאלן געביט ווי אויפן וואקאלן. אחוץ דעם איז דעם די- ריגענט מיטן "צאריש־מיליטערישן" אוניפארם נישט געלונגען צו געווונען די סימפאטיע פון די כאר און ארקעסטער־מיטגלידער. אלס פועל יוצא, איז קלעבאינסקי אפגעזאגט געווארן פון זיין פאסטן און אויף זיין ארט איז אנגאזשירט געווארן א יונגער פעיקער מוזיקער לעאן קאפף, וועלכער האט דאן נאד וואס געהאט געענדיקט זיין מוזיקאלישע סטודיע אין אויסלאנד. די צייט פון לעאן קאפף געהערט צו די גלאנץ־עפאכע פון,,הזמיר", דעמאלט האט די אינסטיטוציע דערגרייכט דעם גרעסטן אויפשוואונג און איז מוזיקאליש געשטאנען אויפן העכסטן ניווא. דער "הזמיר" האט אין יענעם פעריאד געהערט צו די ערשטע מוזיק־געזעל- שאפטן אין פוילן.
דער כאַד איז רעארגאניזירט געווארן, און צו דעם צוועק האט לעאן קאפף אויסגעזוכט צווישן די מאסן און ארבעטנדיקע אינטע־ ליגענץ די פעיקסטע מענטשן, וואס דאם יידישע בענדי ן האט דאן פארמאגט. און ווען קאפף איז אין א צייט אדום עפנטלעך ארוים־ געטרעטן מיט א קאנצערט, ווו ר׳האט מייסטנס מיט אן אומגעשולט ן מאטעריאל אויסגעפירט די שווערסטע קאמפאזיציעם פון הענדיעל, לעוואנדאווסקי, מייערבער, מענדעלסאן א״אנד., איז דאס געווען א געוואלדיקע איבעראשונג. דער כאר וואס איז באשטאנען פון 49 פער־ זאן, פרויען און מענער, האט אונטער דער לייטונג פון לעאן קאפף ווונדערבאר געזונגען און אנטציקט די צוהערער.
די פאפולאריטעט פון דער בענדינער מוזיק־אינסטיטוציע איז אזוי שטארק געוואקסן, אז נאך אייניקע קאנצערטן איז דער כאר מיטן ארקעסטער, וועלכע האבן שוין דאן געציילט אן ערך פון 130 מיטגלידער, איינגעלאדעט געווארן קיין קאטאוויץ, וואס איז דאן געווען איינע פון די באדייטנדיקסטע דייטשע גרעגעץ־שטעט און האט פארמאגט א גרויסע יידיש־דייטשע אינטעליגענץ. דער קאב־ צערט איז אדורך מיט א ריזיקן דערפאלג. די העברעאישע און יידישע פאלקס־לידער האבן הארמאניש געקלונגען אין דער דעמאלס־ טיקער קאטאוויצער "רייכס־האללע". אויפן קאנצערט זענען אויך ארויסטרעטן די סאליסטן: נ. קויפמאן (טענאד), וועלכער האט גע־ זונגען ״זאם דא און שטערך פון ש. פרוג — און ל. גאלדשטיין וואס האט געזונגען, דאס דעמאלט אזוי פאפולערע פאלקם־ליד "א ברי־ וועלע דער מאמן", מיט א ספעציעל דערצוא פארפאסטן אקאמפאניא־ מענט פון לעאן קאפף. אין יענער צייט האט אויך די דראמאטישע סעקציע אנגעהויבן אן אינטענסיווע טעטיקייט. די סעקציע, וואס איז דאן באשטאנען פון די שוועסטערען: רחל, איטע און נאדזשע פערשטענפעלד, פרי־ מעט לוסטיק, אסתר אסט, הערשל שטראכליץ, הערשל שטאטלער, וואלף רעכניץ, מאיר צימבערקנאפ, ל. גאלדשטיין, פסח בארענבלאט, דוד פינקוס א״אנד. האט אויסגעפירט א ריי פיעסעס ווי: "צעזייט אץ צעשפרייט" פון שלום עליכם, "מיטן שטראם" פון שלום אש, "קעניג
א גרופע גרינדער און אקטיווע ״הזמיר״ טוער. עם זיצן פון רעכטס: בוכמאן, י. לעווינסקי, דיריגענט לעאן קאמף, ל. גאלדשטיין, י. קריגשטיין. שטייען פון רעכטס: ק. האמבורגער, ק. אפענהיים, ש. וואידיסלאווסקי, ה. שטראכליץ. קבוצה של מייסדי "הזמיר" וחברים פעילים. - 92 -