Original scan
Original memorial-book scan 10
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1104

ה ק ד פו ה מיט א הײליקן ציטער זענען מיר, די לעבנגעבליבענע רעשטלען פון דער אמאל גרויסער ײדישער קהילה אין כמיעלניק, צוגעטראטן צו פאראײביקן דעם אנדענק פון אונדזער הײמשטאט. דורות לאנג האט זיך געצויגן די קײט פון ײדישן לעבן אין כמיעלניק — אײנע פון די עלטסטע ײדישע קהילות אויף דער קיעלצער ערד אין מדינת פוילן. א פילפארביק ײדיש לעבן האט דא געשפראצט, געשלאגן טיפע װארצלען און צעשפרײט צװײגן רבײאישע דינאסטיעס האבן דא זײערע געצעלטן אויפגעשטעלט. גרויסע רבניס האבן דא פארנומען דאס כסא־החבנות — קולט־געװען השפעות פון אנדערע גדוליס אין מדינת פוילן און אויך עמאנירט פון זײער גײסט אויף אנדערע קהילות. דא האט די ױגנט געטרוימט װעגן א בעסערן מארגן און עליה אין לאנד פון די אבות. א רינג אין דער דורותדיקער קײט פון ײדישן לעבן אין פוילן איז געװען אונדזער הײמשטאט. א בליענדיקע צװײג פון דעס ברײט־צעבליטן ײדישן בויס־שטאם אין פוילן, אױ געװען די שטאט כמיעלניק מיט אירע ײדן. געװען און נישטא מער. װען די האק פון דײמשישן תלײן האט זיך אראפגעלאזט איבערן ײדישן שטאס אין גלות אײראפע, איז אויך אונדזעד צװײג אפגעהאקט געװארן, אפגעהאקט געװארן אין סאמע מיטן בלי. נישטא מער דאס ײדישעי כמיעלניק מיט איר קאכעדיק און פילזײטיק ײדיש פאלקסלעבן.

passage_d8942030236123f621868c67
Passage 2normalized OCR · source chars 1106-1844

חרוב זענען געװארן אירע בתי־תפילה, תלמוד־תורהס, ישיבות, בתי־כנסת, קולטור־אנשטאלטן, האנטװערקער־װארשטאטן, שולן און ױגנטקלובן ; אפגעמעקט איז געװארן יעדער זכר פון ײדישן לעבן אין אן אלטער יידישער קהילה, אן עיר ואם בישראל, און אירע אײנװוינער זענען אװעקגעפירט געװארן צום טויט. א שטאט מיט ײדן אױ אומגעבראכט געװארן אין דער גרעםטער פײן, אין איבערמענטשלעכע יסוריס — געבליבו זענען בלויז יחידים, געצײלטע רעשסלעך פון אמאקז־פארצװײגטע משפחות. איבער 17 יאר איז אדורך זינט אט דעם טאטאלן אומקוס — אבער מיר, די אײביקע אבליס, קענען נישט פארגעסן אונדזער הײמשטאט מיט אונדזערע נאענטע און טײערע. אין אונדז הערט נישט אויף צו לעבן דער דראנג צו פאראײביקן סמיעלניק, צו שטעלן א מצבה! לדורות פאר דער פארשניטענער קהילקן צו צינדן יזכור־ליכט לזכר אונדזערע קדושים וטהורים.

passage_1a2b7a6a4be790c11d667d59
Passage 3normalized OCR · source chars 1846-2320

און דאס איז דער ציל פװ ״פנקס כמיעלניק״ —אין װעלכן מיר האבן צונויפגעקליבן רריליקע שמות נאך דער גרויסער שריפה, פארמעטן װאס דערצײלן װעגן דעם קעבן און שאפן פון אן אײגנארטיק ײדיש שטעטל אין מלכות פון ײדיש פוילן; בלעטער, װאס דערצײלן װעגן אויפבלי און אויפשװונג פון א ײדישער קהילה, װעגן אירע װאכעדיקע און ױם־טובדיקע טעג און װעגן איר אזוי־פלוצימדיקן און אכזרױתדיקן כרת. אין דעם פנקס פון זכרונות פאראײביקן מיר אלץ, װאס איז אונדז מײער און הײליק. סיר דערצײלן און באשרײבן — לזכרון עולם ו

passage_045a03dc19db8cc99ad8a096