191 192 פ נ ק ם כ מ י ע ל נ י ק משה לײזער מינץ׳ פרעזידענט פון לאנדסלײט־פארײן אין נױ־יארק. ערךפרעזױענט פון ארגון ױצאי חמילניק אין ישראל, אויף אן אויפנאמע אין תל־אביב, בעת זײן באזוך מיט זײן פר, י. פון לינקם אויף רעכטס : און כרוי, ברוריה (שלמה נײמאנ׳ם טעכטערל), בערל דיאמענט׳ס פרוי, קלמן אונגער, צדוק קאנערצוקער, זלמן הארשל ראטנבערג, פעםל ווײנבערג־כהן, ישראל ציעשלעװיטש, אברהם װיגאדנע, אהרון אקסנהענדלער, מינץ פוקם, פרוי שאר, חײם קלײנהענדלער, מרדכי פוקס. ארוגטער דאם פאסעקל פון רעדל. שלמה גאנז האט אויף מיר געכאפט א שער, און די פרויען שטיקער האלץ. איך האב געמוזט פארלאזן די שטוב. דאס איז געװען מײן ערשטע דערפארוגג מיט אונדזערע כמיעלניקער שנײדער־געזעלן, װאם האבן אזוי געטרײ געדינט דעם באלעבאם... אין די יארן 1905 און 1906 האב איך זיך באטײליקט אין דער גרויםער רעװאלוציע אין װארשע. געהאלפן בויען באריקאדן און געזען װי די קאזאקן האבן געהאקט קעפ אין דעם בלוטיקן מיטװאך אין יװארשע. דאם זענען געװען די נאכװײען נאך דער רעװאלוציע פון 1905. און 1906 און 1907 זענען אנגעפילט געװארן אלע טורמעם אין פוילן און רוםלאנד. עס זענען צוגענומען געװארן מײנע בעסטע חברים. איך בין געװען א בר־מזל, מען האט מיך נישט ארעסטירט.
אין אקטאבער 1907 שטעל איך זיך צום פריזױו אין םטאפ־ ניץ. איך צי ארוים א גרויסן נומער און איך דארף זיך צושטעלן אין א װאך ארום צו װערן אונטערזוכט פון די דאקטוירים. הױת װי מײנע אויבערשטע צײן זענען שלעכטע, אז כ׳מוז טראגן א פלאטע, װעל איך דאך זיכער באקומען א בלויען בילעט. די דאקטוירים פון פאװיאט האבן מיך געשיקט אין דער גובערניע ,אין קיעלץ צו אנדערע דאקטוירים און יענע האבן באשלאסן מיך צו שטעלן אונטער א געריכטם־קלאגע... אז מײנע צײן זענען ספעציעל געמאכט געװארן זײ זאלן שלעכט אויםזען. מען האט מיך איבערגעגעבן צו א םאלדאט און ער האט מיך גלײך אװעקגעפירט אין דער קיעלצער טורמע. מײנע ברידער האבן מיך ארויםגענומען אויף קאאוציע. אלץ האט זיך אויסגעלאזט צום גוטן, כ׳בין באפרײט געװארן אויף א בלויען בילעט. אין צװישנצײט שרײבט מיר מײן ברודער נאטע פון אוג־ גארן אז מיט מײן פאך װעל איך דארט קענען מאבן א שײן לעבן... אין אקטאבער 1908, געזעגן איך זיך מיט מײן קעלצער משפחד״ און פאר ארײן צום לעצטן מאל קײן כמיעלניק, זיך זען מיט מײן פאטער.
װען כ׳בין אנגעקומען קײן כמיעלניק, איז שוין געװען נאכט. איך האב געזוכט צו זײן נענטער צום בוסקער װעג, װײל מײן רײזע האט געדארפט זײן דורך םטאפניץ און פאטשענעװ. ער האט אויסגעזען שטארק אפגעצערט. ער באקלאגט זיך פאר מיר : נישטא קײן פרנסה. איך האב אים געגעבן עטלעכע רובעל. ער האט אבער דאם געלט נישט געװאלט נעמען זאגנדיק: ״מײן קינד, אז מען פארט א װײטן װעג איז װיפל מען האט בײ זיך געלט איז נישט גענוג״. איך האב אים פארזיכערט אז איך האב גענוג געלט מיט מיר. אין הארצן האב איך מיר דערבײ געטראכט : מײן ארימער פאטער, האסט אויפגעהא־ דעװעט 9 קינדער און אויף דער עלטער ביזטו אויסגעשטעלט צו בעטל־ברויט. עם האט מיר פארקלעמט דאם הארץ. אין פאטשעגעװ, אין מאגיםטראט׳ האב איך ארויסגענומען מײן האלבן פאס און געפארן צו דער גרענעץ. אין יענער געגנט איז שוין געװען פולער װינטער, און מיר זענען מיט אונדזער פור אריבערגעפארן די פארפרוירענע װײםל.