Original scan
Original memorial-book scan 117
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-918

יחיאל גאטאװיזנע / כמיעלניק פארו ערשטו וועלט־קריג (תל־אביב) די קרוין פון פוילישן יידנטום איז געװען אויםגעפלאםטערט און באצירט מיט הונדערטער ברילאנטענע שטעט און שטעט־ לעך, װאם האבן געלויכטן אין משך פון לאנגע, לאנגע יאר־ הונדערטער. — װעגן אײנע אזא ברילאנטענע שטאט, װאס מען האט גערופן כמיעלניק װאלט איך װעלן דא איבערגעבן, װי איך האב עס געזען׳ מיט די אויגן פון מײנע פריםטע ױגנט־יארן, אין דער צײט־אפשניט 1911—1915. כמיעלניק איז געװען כמעט א ײדישע שטאט, װו מען האט א גאנצע װאך — ביז אויף דאנערשטיק דעם יאריד־טאג כמעט קײן גוי פאר די אויגן נישט געזען ; אלע געשעפטן אין מארק װי אין די גאםן און געםלעך, זענען געװען ײדישע. צו יענער צײט זענען נאך קײן פארטײען אויף דער ײדישער גאם כמעט װי לגמרי נישט געװען, האט למעשה עקזיסטירט גאר אײנע : ״תורה־און פרנםה־פארטײ״... קען מען זאגן, אז בײ יעדן אן אויםנאם ײד, איז קודם־כל געװען תורה. ערשט אין דער צװײטער רײ איז געקומען די דאגת פרנסד״ װאם איז בײם רוב ײדן אין שטאט געװען קשה כקריעת ים־םוף.

passage_97ddcdf6c6c5a57bb9a520a9
Passage 2normalized OCR · source chars 920-2114

בתי מדרשים און שטיבלעה זענען געװען לרוב. פון פארטאג ביז אין די שפעטע שעהן פון טאג, תמיד פול מיט דאװענער, תהילים־זאגער, משנױת און בלאט־גמרא־לערנערם. פון פאר־ נאכט־צו ביז שפעט אין די אװנט־שעהן האט גערוישט און געװימלט װי אין א בינען־שטאק פון די אלע װאם האבן צװײ מאל אין טאג זיך באװיזן אין די אלע מקום־קדושס פון שטאט. עס זענען געװען צװײ בתי מדרשים. גאר א גרויםער, צוזאמען מיט דער גרויסער, זעלטן שײנער און הערלעכער אלטער שול, װעלכע איז מאםױו געבויט געװארן מיט אםך הונדערטער יארן צוריק און האט אפנים געדינט אויך צו שוץ־צװעקן. מיט אירע אויסערםט דיקע װענט — מערער װי א מעטער דיק און וױיניקע און קלײנע פענצטער אין דער הויך, האט ד געמאכט דעם אײנדרוק פון א פעםטונג. דער פאליש װאם האט אויםגעזען צו דינען אמאל אלס מאגאזין איז אויך געװען א מקום תפילה פאר די האנטװערקער פון דעם נאענטן ארום. הינטער דער שול איז געװען דעם מגידם בית מדרש. דארט האבן זיך פארזאמלט בעיקר ״עמך/ װאם זענען געװען להוט צי הערן א ״ײדיש װארט״, װי ם׳האט געהײםן. דארט האט דער מגיד, אזוי האט מען אים גערופן, א הארציק־טײערער ײד, װאם איז געװען מלא וגדוש מיט תורה חכמה ודעת און דער עיקר — אגדה, געלערנט מיטן עולם — װאם האט תמיד אנגעפילט דאס בית־מדרשל ביז צום לעצטן פלאץ _ יעדן אװנט, און דער עיקר שבת אין דער פרי און נאכמיטאג. יחיאל גאטאװיזנע

passage_97722516f2843240ced30216
Passage 3normalized OCR · source chars 2116-3009

״רענדלעך״ האבן זיך געשאטן פון זײן מויל אז .ער האט ״געזאגט״ פארן עולם, — האט עם געהײסן בײ אלע די, װאפ זענען זיך דארט צוזאמענגעקומען, און זיך פארעכנט צו זײנע טרײע צוגעבונדענע צוהערערס. ״דאם גרויסע בית המדרש״, װי מ׳האט עם גערופן, איז מאקע געװען גרוים, מינדסטנם 500 קװ. מעטער, מיט א גרויסן בעלעמער אין דער מיט, און ארום און ארום גרויםע ברײטע טישן׳ װאם זענען אין די אװנטן און פארטאגס געװען אויסגעפילט עד אפס מקום מיט לערנערס און נאכהער מיט מתפללים ; אחוץ דעם איז געװען א חםידיש בית־מדרש, װאס איז שוין געװען אםך קלענער, אבער האט אויך ארײנגענומען אין זיד אסך צענדליקער מנינים. דארטן פלעגן זיך פארזאמלען מײםטנס .אזעלכע חםי־ דים, װאם זענען נאך געװעז אין א קלײנער צאל אין שטאט, בכדי צו האלטן א שטיבל אלײן פאר זיך — האבן זײ זיך גרופירט אין חסידישן בית־מדרש. בעת אין גרויםן בית־ מדרש, װי אויך אין שול האט מען געדאװנט ״זאכלעך״ אװי צו זאגן, איז דא, אין הסידישן בית־המדרש געדאװנט געװארן מיט התלהבות און ברען.

passage_93aeea1fc1931a194a9d1375
Passage 4normalized OCR · source chars 3011-3732

די אנגעזעענםטע, גרעסטע שטיבלעך זענען געװען* גער, אלעקסאנדער, מאדזשיץ, קוזמיר, קאצק; אין די שטיבלעך (גער האט געהאט צװײ שטיבלעך) האבן זיך גרופירט די שענסטע בעלי־בתים פון שטאט, װאס בײ א גרויםן טײל פון זײ איז געװען תורה וגדולה במקום אחד, די םמעטענע פון שטאט. צו ״עמך״־שטיבלעך זענען פאררעכנט געװען; פינ־ טשעװ, כענטשין, אזשאראװ א״אנד. די גערער שטיבלעך זענען געװען דער מקור פון חסידישן ברען — ס׳האט געפלאקערט א נר־תמיד פון התלהבות, בבחינת ״כל עצמותי תאמרנה״ — דאקעגן אין אלעקםאנדער־ שטיבל האט שוין געהערשט א מער רואיקער סאלידערער שטורעם, װי עם פאסט פאר באזאכטע נגידישע מענטשן. דערפאר אין דעם מאדזשיצער שטיבל, דארט איז דער עיקר געװען זמרה. זמרו לד׳ איז געװען דארט די הויפט־לאזונג. דאס מאדזשיצער שטיבל איז געװען אויך דאם אײנציקע

passage_7a58e0e3058b7482b14330d9