247 פ נ ק ס כ מ י ע ל נ י ק 248 רב און מיטן שוחט׳ אפילו ר׳ שלמה אײזיק איז פאר אים געװען ״צו פראסט״... ער האט געהאט זעלטן שײנע טעכטער. דאס שטעטל האט געהאלטן : ״אז יעדע אײנע פון זײ האט געמעגט אײנשטײן בײ שלמה המלך״... דאן איז געװען א גאר גרויםע משפחה ביאלקעם׳ װאם האט געבילדעט אפשר א האלב שטעטל. זײ האבן זיך משדך געװען נאר צװישן זיך און מיט קײנעם נישט אויםער דער משפחה... כאטש זײ האבן בעיקר געהאנדלט מיט פויערים, געװען צװישן זײ קצבים, פעל־הענדלערס און דארפםגײערס׳ זענען .אלע געגאנגען שבת אין זײדענע קאפאטעס. געװען אויך צװישן זײ ױנגעלײט װױללערנער, װאם האבן געברענגט אין שטעטל תורה פון כמיעלניק, פינטשעװ, נײשטאט און אנדערע מקומות־ תורה. דער עלטסטער ביאלעק איז אלט געװען אפשר 120 יאר. ער האט פארצײלט מעשױת נאך פון נאפאלעאנס מלחמה אין מאסקװע. אלע ביאלקעם זענען געװען זײנע ױצאי חלצױ.
א ביז גאר אינטערעםאנטער טיפ אין שטעטל איז געװען ״דער לאמער שמעון״. געדארפט האט ער הײסן ר׳ שמעון הסנדלר. ער איז געװען א שוםטער, האט מען אים אין שטעטל מיחס געװען צו דער משפחה פון ר׳ ױחנן הסנדלר. ער האט געקאנט גוט לערנען, געלערנט מיטן עולם יעדן אװנט ״עין יעקב״ און שבת — מדרש מיט דער פרשה פון דער װאך. טראץ דעם װאם ער האט נאר געהאט אײן פום, איז ער תמיד בײם לערנען מיטן עולם געשטאנען, אדער א מאמענט זיך אנגעלענט אין טיש. ר׳ שמעון האט געהאט אכט זין. אלע װי אײנער זענען געװען שוסטערס, אײנער בעםער פון אנדערן. דאס שטעטל האט נישט פארמאגט קײן שטיבלעך. געװען אײניקע גערער׳ אלעקסאנדער חסידים, אויך מאדזשיץ האט געהאט א פאר חםידים. א האלב שטעטל זענען געװען פינ־ טשעװער חפידים און דאס — װײל א פאר גבירים אין שטעטל, אויך ר׳ געצל, האבן גענומען אײדעמס, װויל־לערנער פון פינטשעװ, װאס האבן ארײנגעברענגט אין שטעטל אויך דעם ״כוזרי״, ״מורה נבוכים״ און ענלעכע ספרים...
א רב האט צו יענער צײט געקענט אויפגענומען װערן אין א גרויסער שטאט, נאר דאן װען ער איז שוין ערגעץ־וװ פריער געװען רב. נאר דאן איז ער שוין ראוי געװען אויך אויפגענומען צו װערן אין אן אנדער פיל גרעםערער שטאט, לויטן פרינציפ: מעלין בקודש... האט טאקע פיערשגיצע ״אויסגעבריט״ רבנים פאר פיל שטעט אין פוילן. אזוי למשל, זענען די זין פון כמיעלניקער רב, ר׳ אברהם יצחק סילמאן ״געקדוינט״ געװארן קודם כל אין פיערשניצע, און ערשט שפעטער זענען זײ געװארן רבנים אין גאסטינין׳ בוסק, דזשיאלאשיץ. אויך ר׳ יעקל איז געקרוינט געװארן אלס פיערשניצער רב, און ערשט דערנאך געקאנט זײן קאנדידאט פאר כמיעלניק, װו ם׳האט צײטוױיליק פארנומען דעם פלאץ ר׳ שוביה. דאס זעלבע איז אויך חל געװען בנוגע א שוחט, װאם האט געקאנט װערן שוחט אין א גרויםער שטאט נאר װען ער איז פריער געװען אין א קליץ שטעטל. דאם האט אויך פאםירט פיערשניצער שוחט — ר׳ מרדני מנחם גאטאװיזנע
מיט מײן פאטער ר׳ מרדכי מענדל גאטאװיזנע ע״ה, װאם האט נאך דער חתונה אלס אײדעם אויף קעסט געלערנט שחיטות אין דער דאן בארימטער ״פאבריק פון שוחטים״ װי מען האט גערופן די שטאט שידלאװצע; זײענדיק א זון פון זװאלינער רב האט ער דאך נישט געקאנט תיכף נאכן אויםלערנען שחיטות אויפגענומען װערן אלס זװאלינער שוחט, און געמוזט דעריבער ״פארנעמען״ א שטעטל. אזוי ארום איז ער בערך אין 1905 אגגעקומען אין פיערשניצע אלס שוחט כדי נאכהער קאנען אריבער קײן זװאלין. אין 1914 האט ער געדארפט אויפגענומען צו װערן אלם זװאלינער שוחט, איז אבער אויסגעבראכן דער קריג׳ און ער איז געבליבן 4 יאר שוחט אין פיערשניצע ; און טאקע גלײך װי דער קריג האט זיך געענדיקט אין 1918, האט ער פארלאזט פיערשניצע, און געװארן אויפגענומען מיט גרויס כבוד אין זװאל־ן אלס אנגענומענער שוחט שוין, וױ ער איז טאקע אויך געװען א שײנער ײד, — א תלמיד חכם, און װו דער זײדע, ר׳ אליעזר גוטמאן זצ״ל, דער טאטע זײנער הײםט עס, איז געװען פון די ערשטע ױשבים בײם אלעקםאנדער רבין, איז ער טאקע אויך געװען אין דעם זין זײן נאכפאלגער (אומ־ געקומען אין 1942 מיט דער גאנצער פארצװײגטער משפחה דורך די נאציס ימ״ש — הי״ד).
אין די פאר יאר װאס דער פאטער מײנער איז געװען שוחט אין פיערשניצע, זענען דורך זײן האנט אדורכגעגאנגען א פאר ױנגע רבנים, זין פון ר׳ אברהם יצחק סילמאן, כמיעל־ ניקער רב, װי אויך דעם אמשינױוער רבין׳ם א זון. דער