251 פנקם כמיעלניק 252 גרויםע ארטיםטישע און שרײבערישע פעאיקײטן. טאקע דערפאר זײער פאפולער און באליבט. דער טאטע ר׳ אליעזד לײב׳ א הײםער גערער חסיה האט געהאט נעבעך גרוים חולשת הדעת, װאס אברהם מיט אזא גאונישן קאפ האט זיך גישט געװידמעט דער תורה, נאר מיצקעװיטשן און סלאװאצקױ און דעקלאמירט ױמם ולילה אויף אויסגװײניק גאגצע קילא־ מעטערם זײערע ״שאפונגען״. ראובן איז שוין געװען א שטילער באשײדענער קלוגער בחור. דער זײדע האט אים געהאלטן תמיד לעבן זיך, שטארק אים מקרב געװען, און אויך געלערנט מיט אים עקםטרא א שיעור, כאטש זײן טאטע ר׳ אליעזר לײב איז געװען א ײר א גרויםער בר־אורײן, אבער א שטיקל בטלן, א גערער חסיד. דער זײדע האט זיך אים אסך געװידמעט און אים געגעבן סוחרישע בילרונג מיט תורה צוזאמען• װוהין ער איז געפארן — האט ער ראובןיען מיטגענומען.
אז דער אלטער ר׳ איטשע בער האט זיך דערנענטערט הארט צו די הונדערט און נישט געװאלט האבן אחרי מאה ועשרים, ״טלטול הדרך״ צום כמיעלניקער בית עולם — האט ער זיך גענומען א דירה אין כמיעלניק, אריבערגעפירט אהין דעם ש״ס מיט דער רײכער ספרים־זאמלונג, װאם ער האט פארמאגט און געזעםן דארט עוסק־זײענדיק שוין בלויז און נאר אין רוחנױת. דאם גאנצע גשמױתדיקע, דעם הויף, די סטאװעם, די גיטער — האט ער איבערגעגעבן צו פירן דעם אײדעם, ר׳ שמואל צבי מינקאװםקי, װאם האט ממשיך געװעןי ר׳ איטשע בערם דרבים און געפירט דעם ײדישן ״הויף״ װײטער אין זײן גײםט. אין דעם פײער פון צװײטן דועלט־קריג איז אויך פון פיערשניצע און פון די דערפער קײן שום זכר נישט געבליבן. פון דעם גאנצן מאלישעװער הויף — לעבט איצט בלויז א טאכטער פון ר׳ אליעזר לײב׳ אין פאריז׳ און צװײ טעכטער פון ר׳ שמואל צבי אין קאנאדע. דעם זעלביקן גורל האט אויך געהאט פיעטקעװיץ און בכלל די גאנצע פעריפעריע פון כמיעלניק. ס׳איז נאך כדאי אפשר צוצוגעבן, אז אן אנגעזעענער טײל ר׳ שמואל הערש נזאלעשעװער (מינקאװסקי) אין יײן פרױ
ײדן פון כמיעלניק׳ װאס האבן געהאנדלט מיט האלץ פון די װעלדער ארום פיערשניצע׳ פלעגן יעדן פארטאג קומען אין שטעטל, װו ם׳האבן שוין געװארט צענדליקער פויערשע פירלעך׳ װאם זײ פלעגן באשעפטיקן כמעט דעם גאנצן װינטער׳ בעת די פויערים זענען פרײ געװען פון פעלד־ ארבעטן. די ײדן פלעגן קומען פארטאג אװעק אין שטעטלשן בית המדרש אפדאװענען, א כאפ געטאן עפעם אין מויל און זיך אװעקגעלאזט מיט דעם װאגן־קאראװאן צו די װעלדער אין םטעצנע, די פורלעך פארלאדנט מיט קלעצער און ברעטער פאר די כמיעלניקער סקלאדעם, און דער יקר מיט האלץ צום הײצן ײדישע שטיבער און אן עקסטרא האלץ פאר די בעקערײען. אזוי איז געפלאסן די קעגנוײטיקײט פון לעבן און האנדל פון כרך כמיעלניק מיט זײנע פעריפעריעס אין משך פון לאנגע דורות, ביז -