Original scan
Original memorial-book scan 165
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1063

לײבל פיעטריקאװםקי אויף דער קעלצער ראגאטקע (בית־מאיר) דורך דער קעלצער־כמיעלניקער ״ראגאטקע״ (פארשטאט) שטראמען כװאליעס מיט ײדישע מענטשן. זײ פליסן פונעם ײדישן שטעטל כמיעלניק. די ײדן שטראמען אין די גרויסע שטעט ארײן : װארשע, לאדזש, קאטאװיץ, און אין דער װעלט ארײן• באלד בײם ארײנקומען אין דער שטאט קעלץ, אויף דער רעכטער זײט, שטײט אן אײנשטאקיקע געבײדע. אינעם עק פון דער געבײדע א ״טשײניע״ (טײ־הויז). זי באלאנגט צו דער אלמנד״ לאה פיעטריקאװסקי. עס איז זונטיק, פרימארגנס, סוף חודש כםלו פון יאר 1921. א פראםט איגדרויסן. ער ברעכט די בײנער. דער שנײ סקרי־ פעט אונטער די פים. א פארע הײבט זיך פון די מענטשנס מײלער, װערט אויגנבליקלעך פארשלינגען פונעם פראסט. די לבנה שײנט נאך. עס בלויט אויף טאג. אינעם טײ־הויז יײכט זיך שוין דורך די פענצטער, װאם זענען פארשמידט מיט פראסט. אינעװײניק פארעט זיך די אײגנטימערין, גרײט אויפ־ צונעמען די כמיעלניקער װעלכע דארפן א ליאדע מינוט אגקו־ מען. די דײטשן האבן איר מאן אינעם יאר 1917 אומגעבראכט. זי איז נעבעך פארבליבן מיט א הויז יתומים, יתומות. דער קלענסטער, ניסן, נאך אויף דער האנט. דער רבש״ע װעט העלפן. בײ די כמיעלניקער װעט מען נישט פארפאלן װערן•

passage_ee643020f1cc01c742f3c1a0
Passage 2normalized OCR · source chars 1065-2202

אין די רחבותדיקע צימערן פונם טײ־הויז ליגט נאך אוים־ געשפרײט די שבתדיקע מנוחה. דער עלצטער זון- אברהמטשע, קאכט־אויף א קופערנעם קעםל װאסער אויף טײ. יצחק, זײן ברודער, צעשנײדט הערינג. לײבל, א ײנגל פון דער אלמנד״ ברענגט געבעקס. דער בופעט איז שוין באלד צוגעגרײט פאר די כמיעלניקער געסט. עס ליגן קײלעכדיקע און לענגלעכע אויםגעבאקענע קארן־ברײטלעך מיט קימל באשאטן. מעו קעז זיך שפיגלען אין זײ. ברויט — א כפרה לעקאך : דאן פאד־ שיידנערלײ געבעקסן : קײזעריקעס, ראגאלן, מיט מאךבאשא־ טענע חלה׳לעך, װײצענע בולקעם, עטלעכע מינים בײגל : געבאקענע מיט מאן, געקאכטע מיט זאלץ און מאן באשאטן, און אײער־בײגל. אויף טעלער ליגן פלאטשיקע מאן־קיכלעך, מיט אײל און צוקערגעבאקן. עם ליגט א בינט מיט קלײנע בינטלעך — קלײנע בײגעלעך, גרויס װי געטריקגטע פײגן, אויפגעצויגן אויף שטריקעלעך. א םלוי מיט מארינירטן הע־ רינג. אויף טעלער — צעשניטענע הערינג. — נו, עם טאגט שוין... — זאגט די אײגנטימערין. עם הערט זיך א סקריפן פון רעדער. די טיר עפנט זיך אויף. עם קומט אריץ דעד באלעגאלע, אברהמ׳לע פאניע, גאך אים פארשוינען, פרויען. — שנעלער, קומט שוין ארײן ו מאכט צו די טיר, אזא פראםט אינדרויםן ! א קאלטער לופט־שטראם פילט אן דאם געשעפט. פון די װארעמע גוטמארגנס פון די געסט װערט אבער מילדער.

passage_e75d545a8de6cee2baf36aab
Passage 3normalized OCR · source chars 2204-3401

אברהמטשע פאניע קלאפט זיך מיט בײדע הענט אונטער די ארעמס. דערװארעמט זיך. זײן פנים איז װי פון קופער. דין בארד נאך שװארץ. ער אױ א שמײסער בײ קאפל קאמינסקי. דער שנעלסטער פארער איז ער. אמאל געװען א גארבער. אפגעהאקט זיך די עקן פון די פינגער. מען זאגט טאקע׳ אז ער האקט די פערד װי אין לעדער ארײן. פארדינט ער װײני־ קער, עםט ער קנאפער. פארדינט ער בעסער — הײסט ער זיך צעהאקן א פערטל גענדזנם. — לײבל, נעם די באנדעם פון די מענטשן ! — רופט די אלמנה איר ײנגל. מען שלעפט אראפ גרויסע לאנגע אײבערמאנטלען. מען טוט אוים בארלאטשן, אויבערשטױול מיט הילצערנע זוילן. מען לאזט עם דא איבער. מען פארט װײטער מיטן באן. משה׳ל נח׳ם (ליבערמאן) דער שניט־סוחר רעדט דערװײל מיט יאסל פעפער װעגן א דין אין דער תורה. יאםל יחזקאלם פי־עגט שמואל עליע װײל, צי ער האט נעכטן ״אויפגעכאפט״ דעם מאדזשיצער ניגון. שמואל עליע דארף טאקע ברענגען א ביסל לעדער פון ראדאם, פונדעסטװעגן אויםצוזינגען א מאד־ זשיצער ניגון נעמט ער זיך צײט. נישט קײן פשוטער ניגון איז דאס נאר א גאנצע חםידישע םימפאניע אין פיר פאלן (טײלן). — אברהמטשע, דערלאנג טײ ו — בעטן די געסט. אברהמטשע דערלאנגט. די געםט האבן אבער טענות, אז די טײ איז קאלט. — קומט אהער, װעל איך אײך די קאכעדיקע װאםער אויף די הענט ארויפצאפן. איר זענט אזוי אדורכגעפרוירן אז איר פילט נישט : — דערקלערט ער זײ.

passage_f2d47970c694f4578cdb2f6f
Passage 4normalized OCR · source chars 3403-3858

— װאס איז דא זיך נאריש צו מאכן — זאגט דער שװארצער יאסל, א נידעריק, ברײט ײדל, און װענדעט זיך צו דער אל־ מנה׳ס צװײטן זון * יצחק׳ גיב נאר א זעקס און נײנציקער שנאפם ! — רעדט שטילער, אין דער זײט זיצט װיצעק, דער מסור... מען גײט ארײן אין קעכל. דער שװארצער יאםל טרינקט אויס א גלעזל. באלד װאקםט אוים יקותיאל אבא. — נו, װי הײסטו, שװארצער ז — פרעגט ער. דער םפירט פארשלאפט יאםלען דעם אטעם. ער ענטפערט נישט באלד. ס׳איז רײנער אקעװיט. יקותיאל אבא איז צופרידן. יקותיאל

passage_29f168f0d8dc3ca298db20ca