Original scan
Original memorial-book scan 194
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-694

379 ס נ ק ם כמיעלניק 380 גאטס באשאף. נאר פארװאס גאט פארפינצטערט אזוי אונדזער שטוב, דאם קען איך נאך אלץ םײ װי נישט דערגײן. און שטו־ מערהײט שיק איך װעגן דעם א טענה צו גאט. א צײט לאנג שטײ איך אזוי נעבן דער מאמען. אינעם זיל־ בערנעם קילן שײן פון דער נאכט הויכן מיר ארײן אונדזער שטום שװײגן. פונעם הויז הערט זיך א געגײ אראפ פון טרעפן, ארויף אויף טרעפן, טירן עפענען זיך אויף, טירן מאכן זיך צו, נאר אונדזער טיר דרימלט שטיל פארריגלט מיט פינצטערניש. אזוי װאקם איך אונטער. גאנצע טעג דרײט זיך מײן מאמע װי פארנארט ארום צװישן פויערשע פורלעך. פון אירע שװארצע אויגן בלינצלט ארױס דער אומעט פון א נמאסדיק לעבן און פון איר פנים אראפ איז די אײנגעגעםענע זארג מתפלל א תפילד.: גאט באשער מיר אן ערלעך שטיקל ברויט.

passage_581d62b1b5148fbc66a76fa8
Passage 2normalized OCR · source chars 696-1474

און אז גאט באשערט׳ אײלט מײן מאמע אין אירע אויס־ געדרײטע שיך צוריק פון מארק און נאך איר גײט פאװאי1יע נאך א פויערל מיט א בײטש אין דער האנט, מיט א גרינעם, צעקנאדערטן קאפעלוש׳ אראפגערוקט איבער די אויגן. מיט טעמפע בליקן קוקט ער נאך מײן מאמעס ברײטע און לאנגע ״ספודניצע״. מײן מאמע אײלט דעריאכמעט און דער פויער, ער אײלט זיך נישט. טראט נאך טראט, װי ער װאלט זיך געשלאגן מיט דער דעה, שלעפט ער זיך. פלוצלינג בלײבט ער גאר שטײן װ א םלופ׳ לאזט די מאמע אפ און ער װערט װי ארײנגעװאקסן אין א זומפ. גאר באלד שפײט ער אויס, גיט זיך א קראץ אונטערן קאפעלוש און קערט זיך א רואיקער צוריק צו זײן פור. מײן מאמע דערשפירט, װי דעם פויערס הילכיקע טריט, קוילערן זיך איר נישט נאך. גיבן זיך בײ איר די קני א װאקל, זי דרײט זיך אוים און בלײבט שטײן א צעמישטע. איר פנים פלאמט און אירע אויגן קוקן מבולבל איבערן מארק...

passage_4e62828470fafec56eae5e8e
Passage 3normalized OCR · source chars 1476-2341

און אז גאט באשערט, מײן מאמע דערברענגט דעם פויעד איבער דער שװעל, דאמאלס װערט ליכטיקער, פולער אין דער שטוב. פון דער פויערישער תמעװאטקײט נעמט זיך די שטוב אן מיט האפענונג. מײן מאמע װארפט פון זיך אראפ דאס אײנהיל־טיכל; זי פראלט אויף דאם םחורה־שענקל און באװײזט דעם פויער פארשידענע אויפגעשטײפטע טאנדײט־ אנצוגן. דעם פויער בלענדט עם די אויגן, ער צוקט מיט די ברעמען און ער פארלירט אויף א רגע זײן מױשבדיקײט. ער טוט אוים די צעדרױולטע, אויםגעלאטעטע בורקע און בלײבט שטײן אין א טונקל, גראבלײװנדיק העמד מיט א פאר פאר־ פעצטע הויזן, ארומגעבונדן מיט א שטריק און מײן מאמע נעמט אויף אים מעםטן. מיט שמאלע, בלוי־אוערדיקע הענט שלעפט זי ארויף אויף זײנע הויכע, ברײטע פלײצעס א מארי־ נארקע. זי קגעפלט אים צו װי א קינד, הויבט בײ אים אויף די האריקע, שטעניקע גאמבע׳ מאכט אים גלײך דעם ״פאסאן״ און פירט אים צו צום שפיגל, אדרבה, זע װי פײן ס׳קלײדט דיר :... דער פויער שטײט א באנײטער, אן אנגעצויגענער ױי

passage_934f53bd44466f52b25016b4
Passage 4normalized OCR · source chars 2343-3408

ארומגענומען מיט א רײף, אזש ער קען זיך נישט רירן. ער שטרעקט אוים די הענט אינדערברײט, הויבט זײ אויף אינ־ דערהויך — בײ מײן מאמען װערט די הויט אויפן פנים גערונצלט. זי זעט, אז די מארינארקע פלאצט אויף אים פאר ענגקײט, די מארינארקע פאלדעװעט זיך, קנײטשט זיך, די װאנסעס בײם פויער נעמען זיך פון בײזקײט אנבלאזן און פון זײנע נאזלעכער געמט זעצן א פארע. מײן מאמע קריגט מורא און זי ציט שנעל פון אים אראפ דאס בגד און הויבט פונםנײ אן אויף אים צו מעםטן. איך פלאנטער מיך דערװײל צװישן דער מאמען און דעם פויער. מײנע ליפן פרעפלען שטיל פאר־ שידענע פסוקים פון תהלים און סתם ײדישע געבעט־װערטעד צו גאט, אז דער פויער זאל קויפן. און מיט מײנע הענטלעך גלעט איך די מארינארקע אויפן פויער. איך צי די מארי־ נארקע, שלעפ זי אראפ אין די עקן און כ׳רעד אים צו : — קופ פאן... קופ פאן... דאברי טאװאר י... נאר דער פויערל טוט זיך מערסטנטײל ס׳זײגיקע. ער פאטשט מיט זײן ריזיקער, אויסגעהארעװעטער דלאניע איבער מײן מאמעס שמאל, בלוי־אדערדיק הענטל און ער זאגט איר צו מיט פינטלדיקע אויגן א מקח, אזש בײ דער מאמען פארגײט ס׳הארץ. און װיפל אלץ די מאמע זאל אים נישט צורעדן ציט ער, דער פויער, די אקסלען : — ניע, און ניע...

passage_2ae5df646b7bd899456f8af4
Passage 5normalized OCR · source chars 3410-4613

ער גײט ארוים פון דער שטוב און מיט אים די האפענונג, איבערלאזנדיק גאך זיך א ריח פון שטרוי און פון פערד־מיסט. די מאמע גײט אים א באנומענע נאך ביז צו דער טיר׳ בלײבט שטײן און הארכט זיך אײן, צי דער פויער גײט אויף אן אמת אראפ פון די טרעפן. זי לויפט אים נאך, רופט אים מיט אלע כוחות, איך העלף איר צו, נאר א נעכטיקער טאג. דער פויער מיט דער בײטש אין דער האנט גײט אװעק... מײן מאמע קערט זיך אום מיט מידע טריט, זי לאזט זיך שװער אראפ אין דער צעפראלטער סחורה־שאנק. אירע הענט. איצט אזעלכע מידע׳ בלײבן ליגן שװערע, בריעדיקע אויף אירע קני. די מאמע גיט א זיפץ און אויף איר פגים לויפט צוריק אן די זארג. די זארג בליקט איצט אראפ א פאריאושטע. מײן מאמע זיצט און זי קען זיד נישט אויפשטעלן. נאר אירע אויגן אומרואיקע בלאנקען ארום איבער דער שטוב און בארוי־ ערן דעם טאג, װאם גײט שוין באלד װידער אװעק אין צרות און אין לײד, באדויערן די קיך, װאס איז צומאל נאך נישט אײנגעפײערט געװארן, און דער עיקר באדױערן זײ מיך׳ מײן בלוי פנים׳ װי א מילץ, און מײנע צעשראקענע, אומעטיקע אויגן. מיר איז חלשותדיק אויפן הארץ און טרוקן אין קעל• די שטוב, איצט אזא פוםטע, יאגט מיך ארוים. איך לאז מיך צו דער טיר, פארהאלט מיך א װײלע בײ דער קליאמקע. איך װיל, אז מײן מאמע זאל מיך צוריק רופן. נאר מײן מאמע רופט מיך נישט, זי לאזט מיך גײן. אינעם הויז איז שוין טונקל...

passage_54964daa03e91f99eaa1d626