גרשװ גארריציזי / הערצקע קצב מיט זײנע זין (תל־אביכ) פון קיגדװײז אן האבן גערײצט מײן פאנטאזיע פארשײדענע מעשױת װעגן ״שטארקע״ אין אונדזער שטעטל — װעגן גיבורים װאס האבן זיך נישט געלאזט ״שפײען אין דער קאשע״ און געענטפערט. א טײל פון די מעשױת, װאם איך האב געהערט פון מײן פאטער, װיל איך דא ארויסברענגען אױפן פאפיר. אײן מאל, אין א װינטער־טאג, האבן די בחורים פון די שכנותדיקע שטעטלעך זיך געגרײט צו שטעלן צום ״פריזיװ״ אין בוםק. אזא שטעלן זיך צום ״פריזױו״ איז שטענדיק געװען פארבונדן מיט גרויסע צרות. די ײדישע בחורים מאיר הערצקעם (טארעק) פון די כמיעלניקער ״גיבורים״ פלעגן פון דארט צוריקקומען צעשלאגעגע און צעבלו־ טיקטע דורך פוילישע שקאצים. פיל מאל זענען זײ אויך צוריקגעקומען מיט פיזישע פעלערן, װעלכע זענען שװער געװען אויסצוהײלן. מ׳האט דאס געהאלטן פאר א גזירה מן השמים, צו װעלכער מ׳קען גארנישט נישט טאן. אנדערש איז געװען דאם יאר װען צום ״פריזױו״ האט געדארפט זיך שטעלן הערצקע קצבס זון ישעיה. דער פחד איז אװעק אויך בײ די אנדערע בחורים, און אלע זענען געװען גרײט אויף קלעפ צו ענטפערן מיט קלעפ. אין דעם אןונט פאר דעם באשטימטן טאג האט ישעיה צוזאמענגערופן אלע בחורים און צו זײ געזאגט :
— מארגן םארן מיר קײן בוסק, זאג איך אײך, אז קײנער זאל נישט מורא־האבן און ענטפערן די שקאצים װעלכע װעלן אונדז באפאלן. װעט עמיצער פון אײך אנטלויפן, װעל איך אים די פים אונטערהאקן און אים מקײם פםק־זײן װי ס׳באדארף צו זײן. צומארגנם האט יעדער פון די בחורים, פארנדיק קײן בוסק מיטגענומען נישט נאר די נויטיקע דאקומענטן און צידה לדרך, נאר אויך ״כלים״ — שטיקער איױנם און שטעקנס. זײ האבן מארשירט איבער די שכנותדיקע דערפער אן פחד׳ מיט ישעיה הערצקעם אין דער שםיץ. אנגעקומען קײן בוםק האבן זײ באגעגנט א באנדע שקאצים מיט שפאט־אויסרופן : ״די זשידעם קומען, ס׳װעט זײן פרײלעך !״ און באלד האבן זײ אנגעהויבן װי יעדעם יאר צו זידלען און שלאגן די ײדן. גרוים איז אבער געװען זײער איבערראשונג, װען די ײדישע בחורים האבן זײ גלײך צוריקגעענטפערט, און עטלעכע פון זײ גוט אנגעקלאפט די בײנער. מיט א מאל איז אנגעקומען א צװײטע באנדע, באװאפנט מיט שטעקגס און אײזנס. ישעיה הערצקעם האט װי געװארט אויף זײ און ארויםגענומען פון הינטער דער קאפאטע א לאנגע גומי, אנגעפילט מיט אן אײזן און אנגע־ הויבן צו ״שנײדן״ אויף רעכטם און לינקם, און א 50 מאן פון זײ אװעקגעלײגט צעבלוטיקטע און צעשלאגענע.
פון דעמאלט אן האבן די ײדישע מאמעם מער נישט געציטערט פארן גורל פון זײערע קינדער, װען זײ זענען אװעק קײן בוםק צום ״פריזױו״. פון דעמאלט אן האבן די פוילישע כוליגאנעם געװוסט, אז אויך ײדן קענען געבן קלעפ• הערצקע קצב אלײן איז געװען א ײד א גבור, א ײד מיט א פעםטן מאםױון גוף און .א קורץ בערדל. די יארן האבן װי קײן שליטה נישט געהאט אויף אים, און ױין גבורה האט ער אויפגעהיטן ביזן טיפן עלטער. ער האט קײנמאל נישט געװוסט פון קײן פחד און אויך גישט מורא־געהאט פאר א פולן מארק מיט גוײם. און געגוי װי דער טאטע — אזוי זענען אויך געװען זײנע זין — שטארקע, געזוגטע יונגען׳ פאר װעלכע דאם שטעטל האט געציטערט. זײן הויז איז געװען אן אדרעם פאר אלע ארעמע און באעװלטע פון שטעטל. האט עמיצער געליטן פון א שלעכטן באלעבאס, האט אן ארעמע יתומה געדארפט הילף, האט הערצקע אײנגעלאדן צו זיך דעם ״בעל דבר״ אלײן און אים געגעבן א טערמין צו דערלײדיקן דעם ענין אויף א ױשרדיקן אופן. אך און װײ איז געװען דעם׳ װאם האט נישט געפאלגט הערצקען. ער האט זיך נישט געטארט באװײזן נישט אין גאם און נישט אין שול צום דאװענען, און םוף כל םוף באקומען זײן שטראף.