Original scan
Original memorial-book scan 233
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1159

457 עםקנים ואנשי־שם 458 ר׳ שלמה זונשײן מחסידי טריםק המסוריס. למדן מופלג. בקי בגפ״ת ומשומרי ״דף ױמי״ נלהבים. בחורי ישיבות ו־ לומדי תורה הױ םמוכים על שול־ חנו׳ נתן צדקה בםתר• כמוכר םפרים הפיץ תורה בר־ בים. האינטליגנציה ה״מתקדמת״ וכן גם התורנית, חונכה על הספ־ רים שםופקו על ידו׳ איש שקט׳ ישר־לב ומצניע לכת. הי״ד. ר׳ מנדל קנרצוקר בן־תורה ותלמיד־חכם, פיקח, עדין ונעים־הליכות, מחסידי טריםק נאוריס. בניו ובנותױ ממדריכי הנוער הצױני בעיר, ממעצבי הציבורױת בכל שטחיד״ הי״ד. ר׳ איטשה זילברברג פיקח ובר־אורײן, ממכובדי העײרה. ביתו, הן בשטח התורתי והן בשטח האינטליגנציה הצױגיתי האוניברסלית, מוכר היה לתהילה. בנױ ובנותױ נתפרםמו ברבים במבצעיהם החברתײם, צױנײם ותרבותײם מובהקים. הי״ד. משה מעלמאן ״משה לײב װײסליצערם״ פלעגט מען אים רופן. צוליב זײן פאטערם שלעכטן געזונט־צושטאנד האט ער שוין פון די ױנגע יארן אן געמוזט זײן דער געשעפטם־פירער אין פרנכה־ געבער. די תבואה־געשעפטן זענען געװען מיט פריצים און פויערים אין די ארומיקע דערפער. אין די אװנטן פלעגט ער זיך אװעקזעצן לערנען א בלאט גמרא׳ דערבײ ד.אט ער אויך נישט פארנאכלעםיקט װעלטלעכע לימודים. ביז אין טיפן עלטער איז בײ אים פארבליבן דער אינטערעס פאר א צײטונג ארן בוך• נאכן ערשטן װעלט־קריג, איז משה מעלמאן געװײלט געװארן,

passage_8515a67eabb8ef5bdad164d2
Passage 2normalized OCR · source chars 1161-1647

אלס ראטמאן אין שטאטראט און אלם פרעזעס פון דער קהילה. װי א לאנגיאריקער געזעלשאפטלעכער טוער האט ער א סך געלײסטעט פארן װויל פון ײדישן כמיעלניק, ער האט געזארגט פאר דעם רעמאנטירן די שול דאם גרויסע בית־המדרש און אנדערע עפנטלעכע אנשטאלטן, און פערזענלעך אכטונג־ געגעבן אויף אלע שטאטישע אינםטיטוציעם. ער האט פארטײ־ דיקט אין שטאטראט ײדישע רעליגיעזע פאדערונגען. כמיעלניקער ארעמקײט האט געהאט אן אפענע טיר בײ משה מעלמאז אין הויז, אויף דער בוםקער גאס. מען פלעגט בײ אים עצות האלטן אין פארשידענע פראגן.

passage_eb7a46aa1bae58ffbfaffa56
Passage 3normalized OCR · source chars 1649-2405

בײ זײן אינטענםיװער געזעלשאפטלעכקײט האט ער אויך געפינען צייט צו קולטיװירן א גארטן מיט בלומען ארוס זײן הויז און פענצטער. ער האט ליב געהאט מענטשן מיט זײערע צרות און פרײד. ער פלעגט זאגן : ״איך וױים נישט װי אזוי מ׳קאן עמיצן זײן א שונא׳/ ״ער שאדנט מיר, װײל ער איז נישט צו קלוג״. הגם ער איז געװען א חםיד און א פרומעד׳ האט ער פארשטאנען און זײער ליב געהאט זײנע פארגעשרי־ טענע קיגדער. ער פלעגט מיט אונדז דיסקוטירן און בעטן בזה הלשוןו ״איך בעט דיך׳ טו מיר צוליב״. און װען מען האט אים נישט צוליב־געטאן, פלעגט ער אפזיפצן און זיך נעמען מעײן זײן אין א םפר• ער האט געליטן, געשװיגן׳ אונטערגעברומט א ניגון און זײן פארדרום פארדעקט מיט א װיץ. אט אזא, געדענק איך מײן גוטן טאטן, אומגעקומען מיט דער גאנצער כמיעלניקער עדה ײדן. ר׳ מנדל קנרצוקר ורעיתו חנה׳לה הענע מעלמאן —פײגנבוי:

passage_8a9dc713c43dad9268250d90