461 עםקנים ואנשײשם 462 ר׳ ברור זאנשײי י״י אברהם זילבערבערג א זון פון ר׳ שלמה זאגשײן. א משכיל און בר־אוריץ׳ תורה און צױן זעגען בײ אים געװען א נאטירלעכע מזיגה אין זײן גאנץ לעבן. פון זײן פריעסטער ױגנט באטײליקט ער זין־ מיט התל־ הבות אין צױגיםטיש־מזרחיםטישער טעטיקײט. פארטײדיקט און קעמפט פאר פארהײליקטע פאלקס־װערטן, פארן שורשדיקן צױניזם, פאר אמתער ײדישער דערציאונג און א פול ײדיש לעבן• אין כמיעלניק און נאד זײן חתונה אין יענדזיעװ, איז ער געשטאנען אין צענטער פון געזעלשאפטלעכן לעבן, ארגאניזירט רעפערירט, אויפגעקלערט. אלם ױשב־ראש פון דער תורה־ ועבודה־באװעגונג, מורשה פון קרן־קײמת און ועד השקל, חבר פון ״מזרחי״ צענטראלע, דעלעגאט צו לאנדם־קאנפערענצן און קאנגרעםן, איז ער געװען דער לעבעדיקער גײסט פון אלע אינסטיטוציעם און די אנערקענטע, באליבטע פערזענלעכקײט אין דער שטאט. אין יאר 1935 איז ער עולה מיט זײן פאמיליע קײן ארץ ישראל, װו ער צעשפרײט װידער זײנע פליגלען אין פרוכט־ בארער עםקנות. אין פארלויף פון יארן געװען דער פארזיצענ־ דער פון די ארגונים כמיעלניק און יענדזיעװ אין ישראל. א גוטמוטיקער און רואיקער פון דער נאטור, א פרײנד און א חבר — איז ער יעדן אקעגנגעגאנגען מיט א שמײכל, מיט אן עצה און מעגלעכע הילף. ער איז נפטר געװארן אין בליענדיקן עלטער, אין 47־טן לעבנס־יאר.
״דער גאט פון דער ױגנט״ — אזוי פלעגט מען אים רופן אין שטעטל אין יענע יארן פון נאציאגאלער און געזעלשאפט־ לעכער דערװאכוגג. מיט דארשט האבן די ױגנטלעכע געטדונ־ קען זײנע רײד. אין אונדזער קלײנשטעטלדיקן חשכות איז עד אויפגעשטאנען װי א פינקלדיקער שטערן, װאס האט געשטראלט מיט האפענונג. שוין אלם ױנגער בחור האט ער געגרינדעט דעם ערשטן צױניסטישן פאראײן. א זעלטענער רעדנער געװען און באלד בײם אנהויב, האט ער געפאנגען דאם הארץ פון דעם צוהערער. מיט זײן װירקונג און מיטהילף זענען געגרינדעט געװארן די צױניסטישע ארגאניזאציעס ״השומר״ און ״בנות צױן״, ארגאניזאציעם װאס האבן זיך אלץ מער געשטארקט און געװארן דער צענטער פון גײסטיק־קולטורעלן לעבן אין אונדזער שטאט. די דורך אים געשאפענע ביבליאטעק איז געװען דאס ערשטע פענצטער פון דעם שטעטל צו דער גרויסער װעלט. אויף אלע געביטן איז ער געװען דער ערשטער, דעד פיאנער. כדי נישט צו זײן אפהענגיק אין דער פרנםה פון זײנע עלטערן, עפנט ער אן אײגן פאבריקל פון שול־העפטן מיטן נאמען ״קולטורא״. אין דעם פאבריקל ארבעט ער צוזא־ מען מיט יצחק גראנעק און אליקום גוטמאן.
קאנפערענצן, צוזאמענפארן, באנקעטן, קרן קײמת׳ קי־ן היםוד, ״תרבות״, — אומעטום איז ער די צענטראלע פיגוד• שמט אויך אין דער גאנצער אומגעגנט אלם אויטאריטאטױוע פערזאן אין דער צױניסטישער טעטיקײט. זײן נאמען דער־ גרײכט אויך קײן װארשע און ער װערט נאמינירט אלס אײנער פון די הויפט־מיטארבעטער אין דער צענטראלע פון קרן היסוד װו ער פירט אן מיט א םפעציעלער אפטײלונג ביזן סאמע מלחמה־אויסברוך אין 1939. אומגעקומען אין װארשעװער געטא. הי״ד. פנינה כהן —װײנבערג