Original scan
Original memorial-book scan 240
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1176

471 פנקם חמילניק 472 הערשל שטראם (גלױ) געװען דער חוט־השדרה פון האנטװערקער־פארײן, פאר־ װאלטונגס־מיטגליד פון דער גמילת־חסדים־קאםע, פארזיצער פון דער חברה־קדישא, און א געװיסע צײט דער פרעזעם פון דער קהילה־פארװאלטונג. נישט דורכגעמאכט אין זײן לעבן קײן שום שולע. דאס לעבן און די אײנגעבוירענע אינטעליגענץ איז געװען זײן אוני־ װערזיטעט. געהאט א שוםטערײ־װארשטאט, געװען באשעפטיקט בײ שװערער ארבעט, צוזאמען מיט געזעלן. זײן מידה איז געװען קודם־כל זארגן פארן באעװלטן, דערנאך פאר זיך. דערפאר האט זײן אונטערנעמונג זײער שטארק אונטערגעהינקט אין די לעצטע יארן... אין די צײטן פון סאנאציע־רעזשים, װען דער אנטיםעמי־ טיזם האט אנגעהויבן ארײנדרינגען אין שטעטל, איז ארויס א געזעץ : יעדער קאנדידאט װאם װיל פארטרעטן אין שטאט־ ראט מוז בײלײגן אן עקזאמען. אויף דעם װעג האט די מאכט געװאלט איזאלירן די ארבעטער און פאלקס־פארטרעטער פון שטאט־ראט. הערשל האט אויסגעמיטן דעם אויבנדערמאנטן עקזאמען. דאם געזעץ האט אים אבער פארשאפט א סך לײדן. אין יענע טעג האט ער זיך צו מיר אויםגעדריקט בזה הלשון : ״װען איך װאלט געװען אין דײנע יארן, װאלט איך מײן גאנצע אנשטרענגונג געװידמעט דאם לערנען און בויען שולן פאר ארעמע קינדער״. געװען א מנהיג און פאלקס־מענטש, א לעבעדיקער םימבאל פון שטעטל. הי״ד. משה גורגעל לײבל װילטשיק

passage_294a852b9a4d8e0cda3c7551
Passage 2normalized OCR · source chars 1178-2202

גרינדער פון דער פועלי־צית־באװעגתג אין כמיעלניק. פריער טעטיק בײ די לינקע פועלי־צױן און דערנאך בײ די רעכטע פ.צ. אקטױו געװען אין אלע צױניםטישע אינםטיטוצ־ יעם. גײסטיקער מנהיג פון דער ױגנט׳ באליבט בײ דער גאנ־ צער באפעלקערונג אן אונטערשײד. פארטײדיקער פון ײדישע אינטערעסן אין שטאט־ראט. ראטמאן און לארוניק. מיטן אנקומען פון די דײטשן פארלאזט ער כמיעלניק צוליב מורא פאר מםירות מצד פאליאקן, פאליטישע קעגנער. מחמת בענקשאפט צו דער משפחה קומט ער צוריק פון לעמבערג צחאמען מיט זײן טאכטער זלאטשע׳ אבער שוין אויפן קעלצער װאקזאל װערן זײ בײדע ךערשאסן. א ליכטיקע געשטאלט, א זעלטענער■ פראלעטאריש־צױנים־ מישער קעמפער׳ װאס מיר װעלן נישמ פארגעםן. הי״ד. מאניע עבערס (הערשקאפ) ױסף רוזנבלום נציג יהודי חמילניק במועצת העיריה בשנם האחרונות שלפני השואה. עמד בראש הקומבטנטים ועסק בצרכי ציבור גם בשטחים אחרים. כחבר נשיאות מועצת העיר שמר על הבבוד היהודי. בקומה זקופה הגן על האינטרסים של הכלל והפרט גם יחד. בכל פעולתו הציבורית הענפה הצליח. הערי־ כוהו בגלל ישרותו, טוב לבו ונכונותו להגיש עזרה לנזקקיפ. גםפה יחד עם כל הצבור שלמענו חי ולחם כל ימי חײו. הי״ד.

passage_2905e2e8e38bd64321ae76c8
Passage 3normalized OCR · source chars 2204-2834

אנטײלגענומען אין דער רעװאלוציאנער באװעגונג קעגן רוםישן צאר. אין 1905 פארשיקט געװארן קײן סיביר. צו־ ריקגעקומען פון דארט מיט אן אויםטאטואירטן צײכן אויפן פנים. אינטענסױו טעטיק געװען אין כמיעלניקער געזעל־ שאפטלעכן לעבן. הי״ד. שלמה יאםל גלײד א ״פאלקס־מענטש״ אין די רײען פון ײדישן פראלעטאריאט. אן אומבויגזאמער קעמפער מיט א טײערן און אײדעלן כאראק־ טער. תמיד גרײט געװעזן בלב ונפש העלפן חברים. זײנע אלע יארן געהערט צו די ליגקע ״פועלי־צױן״, אן אקטױוער טוער אין דער אידישער פאלקם־ביבליאטעק. אײביק געטרוימט װעגן פרײהײט און ליבע פון מענטש צו מענטש, װעגן א שענערער צוקונפט פארן ײדישן ארבעטער און ײדישן פאלק אין ארץ־ישראל. הי״ד. י. דיזנהויז

passage_b3f1d68ca0229b47735bb284