Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 268
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-909

52 1 סנקם כמיעלניק 528 די דראמאטישע סעקציע בײ לינקע פועלי־צױן נאכן געבן א פארשטעלונג איןקעלץאיןיאר 1927 ערשטע רײע זיצנדיק פון רעכטס : ליבע כמיעלניצקי, אליהו קלארמאן, שײנדל בלומענטאל־קלאו־מאן, מאקס רעיפיש, ױאל סקורעצקי, אסתר בלומענטאל. צװײטע רײע שטײענדיק : משה ױיזעפ שפערלינג, שמואל װאלף בראװארניק, בײרען־ גארליצקי׳ יצחק שפיעװאק, אברהם שװיעטשניק, הערש־װאלף פאםטעתאק, חנה בלומענטאל, מרדכי שביעװאק, אברהמ׳טשע זילבערבערג. שטענדיק אונטערברומען עפעס א ניגון און װי נאר איד מיט מײן ח׳ דוד ראזענבלום פלעגן אנקומען אין זײן קלײטל, האט איטשע אנגעהויבן ברומען שטארקער. מיר האבן אונטערגע־ כאפט דעם ניגון, דאן האט זיד איטשעלע אזוי דערװארעמט, אז דורכגײער פלעגן זיך כםדר אפשטעלן. װי נאר זײן מוטער בײלע־מרים פלעגט דערזעען דורכן פענצטער װאם עם טוט זיך, איז זי גלײך ארונטערגעקומען פון דער װוינונג און געבעטן אז מיר זאלן פארלאזן די קראם און גיץ אין דער דירה. דארטן האבן מיר זיך אויפסנײ צעזונגען — אזוי ביז שפעט אין דער נאכט.

passage_38ef66f1e13de31a7a05864f
Passage 2normalized OCR · source chars 911-1871

דא װיל איך אויך דערמאנען איטשעלעם רעכטע האנט — דעם פעאיקן פידלער קלמן פרידמאן (הײנט באװוםטער קאנ־ צערט־מײסטער אין ברוקלין). ער פלעגט צוזאמענארבעטן בײ אלע טעאטער־פארשטעלונגען בײם אײנרעפעטירן טעא־ טער לידער און קאנצערטן. קלמן פרידמאן האט באצויבערט מיט זײן פידעלע און ארײנגעבראכט פרײד אויך אויף די געזעלשאפטלעכע בעלער• מיטן אנקומען פץ מאקס רעיפיש פון װארשע אין יאר 1921, האט מען אנגעהויבן אײנרעפעטירן ערנםטערע פאר־ שטעלונגען. רעיפיש האט רעזשיםירט מיטן דראמאטישן קרײז פון די לינקע פ״צ און גלײך האט זיך אנגעהויבן א װעט־ פארמעסט צװישן אײן דראמאטישן קרײז מיטן צװײטן. די אפישן אין שטאט האבן אנגעזאגט די אויפפירונג פון אזעלכע פארשטעלונגען װי ״גבור אין קײטן״, ״טוביה דער מילכיקער״, ״מירעלע אפרת״, ״גאט פון נקמה״, ״דער פאטער״, ״טאג אץ נאכט״, ״אוריאל אקאסטא״. רעיפיש האט אלם זײן ערשטע פארשטעלונג אײנרעזשיסירט דעם ״דיבוק״ און שטארל דערמיט אויסגענומען. די רעזשי, די דעקאראציעם, גרים און מוזיק און באזונדערס די שײנע אויספירונג, איז געװען אן אנזאג פון א בעסערן אמאטארן־שפיל.

passage_385afcde799ebf1613991278
Passage 3normalized OCR · source chars 1873-2457

ספעציעל אויםגעצײכנט זיך אין זײערע ראלן האבן : אלתר גליקסמאן אלס חנן, און אויך אלס מרא דאתרא, ר׳ שמשון ; רעיפיש דער מיראפאלער צדיק, דרעזיל בלומענטאל אלס לאד״ חײהלע בלומענטאל די באבע, שײנדל בלומענטאל שרה בת טובים, ױאל םקורעצקי גבאי בײם מיראפאלער, אברהמ־ טשע זילבערבערג דער משולח, אברהם שװיעטשניק סענדער בריניצער א.א.װ. די ״דיבוק״־אויפפירונג אין דער רעזשי פון מאקס רעיפיש האט זיך קונה שם געװען אין דער גאנצער געגנט. דער אנסאמבל איז אײנגעלאדן געװארן צו שפילן אויך אין די שכנותדיקע שטעטלעך. גטע װײנבערג האט אין יענער צײט אײנרעזשיםירט מיטן דראמאטישן קריץ פון די רעכטע פ״צ: ״מאטקע גנב״. די

passage_65ecc717d647496971114835