Original scan
Original memorial-book scan 278
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-357

547 פ נ ק ס כ מ י ע ל נ י ק 548 פרעגן עצות. פרויען פלעגן פאר אים אױםווײנען זײער ביטער הארץ, דערצײלן זײערע צרות און לײדן. מען פלעגט דעם רבי׳ן אפגעבן א קוױטל מיט א פאר זלאטעס און דערפאר באקומען א סגולה און מען איז געװען גאנץ רואיק, אז אין דעם זכות װעט מען געהאלפן װערן. געזאגט האט מען, אז נישט אײנער איז שוין געהאלפן געװארן פון די םגולות װעלכע דער רבי גיט.

passage_eae18f232d2e9388245c2e24
Passage 2normalized OCR · source chars 359-1537

דער שידלעווער רבי האט געהאט זײנע חסידים אין כמיעלניק. ער האט צו זיך גערופן צוויי פון זיינע איבער* געגעבעגע חסידים, אהרן שלמה פרידנזאן און בנימין זאנשיץ׳ פארגעלייגט זײ אן אויסװעג פון דער כמיעלניקער מחלוקה. דער שידלעווער רב איז געװען ביי דער מיינונג, אז טוביה פאסט נישט פאר א רב אין כמיעלניק׳ דעריבער האט דער שידלעווער רב פארגעלייגט, אז ער איז גרייט צו געבן טוביהן 20 טויזנט זלאטעס׳ בערך טויזגט פונט׳ וואם א קאפיטאליסט האט באדארפט האבן׳ כדי עולה צו זיין קײן ארץ־ישראל׳ אז ער זאל אװעק קײן ארץ־ישראל. אויםער דעם האט דער שידלעװער רבי פארגעלייגט צו דעקן אלע אדמיניםטראטיװע אויםגאבעם ווי אויך פארריכטן די באד און די מקוה אין דעד שטאט׳ װעלבע האבן זיך געפובען אין אן אנטיםאניטארן מצב ; דערפאר זאל טוביה מםכים זײן אויף דער קאנדידאטור פון זײן אײדעם, דעם שידלעװער רב׳ דעם באקאנטן ראדאמםקער רבינם א ברודער, אלם רב אין כמיעלניק. די אויבנדערמאנטע שליחים פון שידלעװער רב האבן זיך גלײך געװאנדן צו דעם קהילה־פארשטײער׳ טוביהם הויפט־ױעץ׳ משה מעלמאן און אים פארגעלײגט דעם גאנצן ענין׳ פארזיכערגדיק אים צען פראצענט פון םכום׳ װעלכן טוביה וועט באקומען. משה מעלמאן האט געגעבן זײן הםכמה און פארשפראכן׳ אז ער װעט זיך באמיען די זאך אדורכצופירן׳ האלטנדיק אז דאס איז דער אײנציקער װעג פון לעזן דעמ רבנים־םכםוך.

passage_6b2164620ad7991ae07d6e60
Passage 3normalized OCR · source chars 1539-2513

אין עטלעכע טעג ארום האט משה מעלמאן צװויסן געגעבן אהרן שלמה םרידנזאן און בנימין זאנשײן׳ אז ער האט גערעדט מיט טוביד״ און אז א משלחת פון שידלעװער רבין װיל מיט אים רעדן און באשטימט די טרעפונג אויף א באשטימטער שעה. װעגן װאס די דעלעגאציע קומט צו אים׳ האט ער נישט דערצײלט. טוביה האט אויפגעגומען די שידלאװער חסידים בײ זיך אין װוינונג. מען האט גערעדט װעגן פארשידענע זאכן׳ נאר װען עם איז געקומען צום פונקט רבנות׳ זענען די שידלעװער חסידים אװעק אנטוישטע׳ נישט האבנדיק קײן שום האפענוגג אויף וױיטערדיקע אונטערהאנדלונגען. נאך טוביהם אפװארפן דעם פארשלאג פון שידלעװער רבין, האט דער ראקאװער רב באקומען פיל מער אנהענגער װי די ראדאמם־ קער און שידלעװער חםידים. גאך גרעםער איז געװען טוביהם פארלוסט, װען די צוױי קהילה־פארשטײערם, זײן הויפט־ױעץ משה מעלמאן און גתן שור זענען אריבערגעגאנגען צום צד פון ראקאװער רב. די גײ־געשאפענע לאגע האט געגעבן א מעגלעכקײט דעם פרעזעם פון דער קהילה צו שטעלן צו אפשטימונג די קאנדידאטור פון ראקאװער רב אלס רב אין במיעלניק. מיט א מערהײט שטימען איז ער אויםגעוױילט געװארן•

passage_7b97ab2aba72ea042502dd2f
Passage 4normalized OCR · source chars 2515-3465

דער דאזיקער באשלום האט געדארפט באשטעטיקט װערן דורך דער פוילישער מאכט. האבן זיך אנגעהויבן קעגנזײטיקע רסירות ביז די זאך איז דערגאנגען צום פוילישן געריכט• פאר די ערשטע געריכט־פארהאנדלונגען האט מען נאך געפרװוט ראטעװען די לאגע׳ אז דער ענין זאל נישט ארײנ־ פאלן אין גוײשע הענט. מ׳האט פארגעלײגט בײדע צדדים א בוררות פון רבנים מיטן באדינג, או בײדע צדדים זאלן זיך פארפליכטן שריפטלעך׳ אז זײ װארפן זיך אונטער דעם באשלוס װעלכן די רבנים װעלן ארויםטראגן. טוביה האט אבעד געטענהט׳ אז די רבנים האבן שוין אײן מאל ארויסגעגעבן א פסק־דין פאר דער קבורה פון זײן פאטער. עס האט זיך אנגעהויבן א געיעג פון אונטערקויפן פוילישע באאמטע. מען האט צו דעם צװעק געזאמלט געלט בײ די אנהענגערם. אויך די געהאלטן װאם טוביה און זײן מיטער, די אלטע רביצין, האט באקומען׳ זענען פארשװענדעט געװארן אויף משפטים. דאס זעלבע איז פארגעקומען בײם צװײטן צד, בײ די אנהענגערם פון ראקאװער רב- די געריכטן האבן זיך געצויגן אן רעזולטאטן׳ מען האט די געריכט־פארהאנדלונגען אפגע־ לײגט מיטן ציל ארויסצורופן פרישע עדות.

passage_b58a88fdd767a14cacee090c
Passage 5normalized OCR · source chars 3467-4483

אין צװישנצײט האבן די חסידים פון ראקאװער רב באקענט א געװיסן תבואה־םוחר פון שטעטל סטאפניץ, מיטן נאמען אברהם צימראט׳ װעלכער פלעגט קויפן תבואה בײ פריצים. א טאכטער פון אײנעם פון די פריצים׳ האט געארבעט אין אינערן־מיניסטערױם. מען האט געקויפט .א האנט־בראנזאלעט באפוצט מיט דיאמענטן און דער תבואה־םוחר האט דאס איבערגעגעבן אלס פרעזענט די אויבנדערמאנטע באאמטין און דערבײ געבעטן איר אינטערװענץ לטובת דעם ראקאװער רב. זי האט פארשפראכן דעם ענין פאזיטױו צו דערלעדיקן• אזוי איז טאקע געװען. פון אינערן־מיניםטערױם איז צוגעשיקט געװארן די באשטעטיקונג צום םטאראסטע און דער סטא־ ראםטע האט איבערגעשיקט די נאמיגאציע פון ראקאװער רב הרב אליעזר יהושע עפשטײן אלס כמיעלניקער רב׳ צו דער ײדישער קהילה. נישט קוקנדיק אויף די קריגערײען און ארומרײםענישן איז דער ראקאװער רב מיט זײן בני בית אריבער קײן כמיעלניק׳ װו עס האבן אים אפגעװארט זײנע אנהענגערם מיט די קהילה־ פארשטײערם בראש. דעם אויטא מיט די זאכן האט מען צוגעפירט צו דער געדוגגענער דירה אין םאמע צענטער שטאט — אין מארק. די קהילה־פארשטײערס האבן דעם רב איבערגעגעבן די השגחה איבער די רעליגיעזע ענינים.

passage_a582574e86c832d01285ddaf
Passage 6normalized OCR · source chars 4485-4785

יאםל׳ דער שטאט־שמש איז באלאסטעט געװארן מיט פיל ארבעט. אן אויפהער האט ער געדארפט ארומלױפן איבער די כמיעלניקער גאסן צונויפצורופן די חםידים אויף אםיפות, ישיבות און אנהאלטן א קאנטאקט צװישן ראקאװער רב מיט דער קהילה און אנדערע פערזענלעכקײטן אין דער שטאט׳ װי אויך מיטגײן מיטן רב אױף חתונות׳ ברית־מילה אד״גל.

passage_a85cb8f01faf01fb19599867