Original scan
Original memorial-book scan 283
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1132

557 משה זאנשײן — חינוך און שולװעזן 558 שולע געװען אײנע פון די אנערקענטסטע דערציאונגס־ אנשטאלטן. אין די ציש״א־שולן האבן געלערנט פיל ארעמע קינדער. די לערער זענען געדוען : שײבער און פרוי מארדער. די מזרהי און צעירי מזרחי, בראש מיט ר׳ שלמה קלארמאן האבן געגרינדעט א שולע פאר ײנגלעך ״יבנה״. דאס איז געװען אײנע פון די בעםטע לערן־אנשטאלטן אין שטאט. די מזרחי־עסקנים האבן זיך נישט באגנוגנט מיט די ארטיקע לערערם׳ נאר האבן אראפגעבראכט גוטע פעדאגאגישע כוחות פון װארשע׳ װי למשל, דעם באקאנטן רעליגיעז־צױניםטישן מחנך ה׳ זוטא׳ װעלכער איז געװען מנהל פון דער שולע און זײן פארטרעטער איז געװען דער לערער ראפאפארט. זײ בײדע האבן לאנגע יארן אנגעפירט מיט דער שולע בײ דער אלגע־ מײנער צופרידנקײט פון די עלטערן און תלמידים. דער לערער זוטא איז שפעטער עולה געװען קײן ישראל און דא אנגעפירט מיטן מזרחי־חינוך ביז זײן פטירה אין חיפה. צוזאמען מיט דער ײנגלעך־שולע ״יבנה״ האט די מזרחי־ארגאניזאציע אויך , אויסגעהאלטן א מײדל־שולע מיט א קינדערגארטן. די לערער־ קעם זענען געבראכט געװארן פון העברעאישן סעמינאר אין װילנע• צו יענער צײט האט אויך עקסיםטירט א קינדערגארטן פון ״תרבות׳/ װעמענם אויפזעער איז געװען שמואל זאלצמאי. די מאדערנע דערציאונגס־אנשטאלטן פון דער צױניסטישעד

passage_fe1081bde7331c7f833c5b9f
Passage 2normalized OCR · source chars 1134-2020

,פאװשעכנע״ מײדל־שולע — שילערינם מיטן לערער סטראיאװסקי, װעלכער איז דערמארדעט געװארן בעת דער אקופאציע דורך די נאציס פארן באמײליקן זיך אין דער אונטערערדישער באװעגונג. באװעגונג און מזרחי האבן אלץ מער אנגעהויבן באפעםטיקו זיך אין שטאט, און דאם האט אויך געהאט א װירקונג אױף די ארטאדאקסישע קרײזן. אגודת ישראל, אונטער דער אנפירער־ שאפט פון אברהם פיש, ױסף דזשיאלאװסקי און משה פאס־ טערנאק האבן אין רעזולטאט דערפון געגרינדעט א מײדל־ שולע ״בית יעקב״ מיט א קינדערגארטן. די פײערלעכע דער־ עפנונג פון דער שולע איז פארגעקומען בײ א פולן זאל פין די פײערלעשער מיט דער באטײליקונג פון דער בארימטער רעליגיעזער פרויען־פירערין שרה שענירער. מיט דער צײט האט די בית־יעקב שולע געשאפן זיך א השובע פאזיציע אין שטאט. אויך פיל נישט רעליגיעזע ײד־ן האבן זײערע טעכטער געשיקט דארט לערנען. די בית־יעקב שולע האט זיך אויך געמאכט א שם מיט אירע עפנטלעכע אויפטריטן און פארשטעלונגען אויף היסטארישע טעמעס. די עלעמענטארע פאלקסשולן

passage_2c104d642227030624c3ef8f
Passage 3normalized OCR · source chars 2022-3112

נאך דער אנטשטײאונג פון זעלבשטענדיקן פוילן זענען• כידוע, אין אלע שטעט געגרינדעט געװארן עלעמענטארע פאלקסשולן (״שקאלא פאװשעכנא״). דער פוילישער םײם האט ארויםגעגעבן א םפעציעלן געזעץ װעגן אבליגאטארישן לימוד פאר אלע קינדער. אין כמיעלניק זענען געגרינדעט געװארן צװײ שולן מיט דער פוילישער אונטערריכט־שפראך. אלע לערערס זענען געװען פאליאקךקריסטן, בעת דער רוב תלמי־ דים זענען געװען ײדן. אין אײן שולע זענען אלע תלמידים געװען ײדישע קינדער. די צװײטע שולע איז געװען א געמישטע — ײדישע און קריםטלעכע קינדער האבן געלערנט צוזאמען. דער דירעקטאר פון דער רײן־ײדישער שולע איז געװען מארשיגסקי, א ליבעראלער פאליאק און א גוטער פעדאגאג, װעלכער האט זיך באצויגן מיט סימפאטיע צו ײדן. ער איז נאך געװען לערער אין די רוסישע צײטן און ער איז שטארק באליבט געװען בײ ײדן. דער דירעקטאר פון דער געמישטער שולע איז געװען הענריק קריניצקי, א פארריםענער אינטע־ לעקטואל פון אריסטאקראטישן אפשטאם, װאס האט קײנמאל עפנטלעך נישט אויםגעדריקט זײן באציאונג צו יידן. זײן שטרעבונג איז געװען, די תלמידים זאלן ארויםקומען גוטע פוילישע פאטריאטן און ער האט נישט דיסקרימינירט ײדישע תלמידים. קריניצקי איז אויך עטלעכע מאל אויםגעקליבן געװארן אין מאגיסטראט.

passage_3bbbaaa3f39d2bb6a8b96272
Passage 4normalized OCR · source chars 3114-3571

אין די דרײםיקער יארן איז פארגעקומען א רעארגאניזאציע — אײן שולע איז געװען פאר מײדלעך און די צװײטע שולע פאר ײגגלעך, בײדע געמישט מיט יידישע און נישט־ײדישע תלמידים. די מײדל־שולע האט אנגעפירט מיקאלײ שעװטשיק און די ײנגל־שולע נאגא. אויך די צװײ גײע דירעקטארן האבן זיך גוט באצויגן צו ײדן׳ צװישן דער לערערשאפט זענען שוין אבער געװען פיל אפענע אנטיסעמיטן. די שולן האבן געצײלט צו זיבן קלאםן און פאר יעדן קעגנשטאנד זענען געװען פאך־לערער. צװישן די פאך־לערער איז געװען אייו

passage_8bf70c7a0fdab50540819678