Original scan
Original memorial-book scan 334
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-898

667 םנקם כמיעלניק 668 אמוניציע־פאבריק ״גראגאט״). עם איז שוין געװען נאך דער ״אויםזידלונג״ פון קעלצער געטא, געבליבן איז דארט בלויז א קליינע צאל ױגגט, װאם איז קאנצענטרירט געװארן אין עטלעכע לאגעח• די צװײטע טעג םוכות זענען געשטאגען אונטערן צייכן ׳־ון דער דערנענטערנדיקער זיך ״אקציע״, אזוי אז שמחת תורד׳ איז פארװאנדלט געװארן אין אן אמתן תשעה באב. די שולן, בתי מדרשים, שטיבלעך און מנײנים זעגען געװען פארפולט מיט מתפללים. די ײדישע פאליצײ האט באקומען א באפעל, אז זי טאר זיך מער נישט באװעגן פרײ אויםער דער שטאט16). שבת דעם 3־טן אקטאבער 1942 װען מען האט געברענגט קײן כמיעלניק די ײדן פון די ארומיקע קלײנע שטעטלעד און דערפער (פון דרוגניא 270 ײדן, פון שידלאװ ארום 1000, וױיטער פון פיאטרקאװיץ און פיערשעכניצע) אין געװארן פאר אלעמען קלאר, אז די ״אויםזידלונג״ װעט פארקומען א ליאדע טאג. װי עם גיבן איבער באגלויביקטע עדות האט די צאל ײדן אין כמיעלגיק ערב דער ״אויםזידלונג״ באטראפן 11.000 (כולל פליטים און גולים).

passage_27e5fa6e4f376dba7c033473
Passage 2normalized OCR · source chars 900-1621

אין די לעצטע פאר־״אקציע״־טעג איז געװארן א טומל אין שטאט־ די פויערים פון די ארומיקע דערפער זענען זיך צונויפגעלאפן כדי אפצוקויפן פאר גראשנס אלץ׳ װאם עם האט זיך נאר געלאזט. ײדן האבן פון זיך פארקויפט זײער לעצט ביסל האב און גוטס כדי צו האבן בײ זיך בױם פקודה עטװאם מזומן געלט. מענטשן האבן אגגעהויבן צו אנטלויפן פון געטא כדי צו באהאלטן זיך בײ באקאנטע קריםטן אין שטאט גופא װי אויך אין די דערפער. א טײל איז געלאפן אין אנדערע שטעט־ לעך, װי ראקאװ, סטאשעװ, סטאפניץ א.א.װ. װי אויך אין די װעלדער. בעיקר אבער האט מען צוגעגרײט באהעלטענישן און בונקערס. א גרופע פון 150 מאן איז געלונגען איבער־ צוקויפן דעם נאטשאלניק פון דער כמיעלניקער באן־סטאציע און צו באקומען א ספעציעלן צוג מיט עטלעכע װאגאנען װאם האט די בײנאכט אריבערגעפירט קײן ראקאװ17).

passage_f6f6448a7ffa4667a1211d76
Passage 3normalized OCR · source chars 1623-2393

דעם 5־טן אקטאבער, דעם ערשטן טאג נאך םוכות בײנאכט■ איז דאם כמיעלניקער געטא געווארן ארומגערינגלט דורך דעד זשאנדארמעריע װי אויך ם.ס.־לײט פון ראדאם, קיעלץ׳ בוסק און פון דער גאנצער אומגעגנט מיט דער הילף פון אוקראינער פוילישער םאליצײ און פײערלעשער, דעם דאזיקן טאג האבן זיך באװיזן באקאנטמאכונגען אין גאם, אז אויף צומארג^ס פארטאג מוז זיך די גאנצע ײדישע באפעלקערונג יאװען א ף דער טארגאװיצע צו דער ״אויםזידלונג״, און װער ם׳װעט זי־ ך אנטקעגנשטעלן װעט דערשאםן װערן אויםן ארט. דינםטיק, כ״ה תשרי תש״ג (6־טן אקטאבער 1942), 5 אזײגער אינדערפרי האט זיך געהערט פון אלע עקן שטאס א גװאלדיקע שיםערײ און גלײכצײטיק איז די ײדישע םאליצײ געלאםן מיט גערויש און געפילדער פון שטוב צו שטוב און פארארדנט אז אלע ײדן פון קלײן ביז גרוים זאלן זיך געפינען ביז 8 אזײגער פרי אויף דעם בהמות־פלאץ (טארגאװיםקא),

passage_e7f545fd21da8e3d2d32c940
Passage 4normalized OCR · source chars 2395-3509

אויף דעם שידלעװער װעג בײם װעלדל. די ס.ם.־לײט מיט די ײדישע קאנפידענטן שעיה פאסטאק און שיע סאבקאװסקי און אנדערע האבן ארויםגעטריבן גאנצע משפחות אויפן גאם און געשלאגן דערבײ שרעקלעך. זײ האבן געדראט, אז װעמען מען װעט טרעפן נאך דער באשטימטער שעה אויםער דעם אגגע־ װיזענעם ארט װעט אויפן ארט דערשאםן װערן. דער פארעטעד פאסטאק איז ארומגעגאנגען מיט זײן הינט און אויםגעפי״ען באהאלטענע ײדן. ער האט מיט זײנע אײגענע הענט איבער־ געגעבן אין די הענט פון די רוצחים זײנע אײגענע עלטערן און געשװיסטער. אין די באדינגונגען האט זיך אנגעהויבן ד<ר טרויעריקער מארש צו דער טארגאװיצע. גאנצע משפחות זענען געגאנגען צוזאמען מיט קלײנע זעקלעך און רוקזעק, מיטן לעצטן האב און גוטם. פיל עלטערע ײדן זענען געגאנגען אנגעטאן וױיםע קיטלען, טליתים און תפילין. עם האבן זיך אבער אויך געפינען עלטערע ײדן און פרויען, װעלכע האבן נישט געװאלט פארלאזן זײערע הײמען, זײ האבן זיך געװינטשן גיכער געשאםן צו װערן בײ זיך אין שטוב, װי למשל ישעיהו שמואל מארגוליעס, דער באקאנטער שנײדער דוד דאלוס מיט דער פרוי, די אלטע פרוי ראצע א.א. פינקטלעך 8 אזײגער האט זיך אנגעהויבן א שיסערײ ; די אלע װעמען מען האט געטראפן אין די שטיבער (אלטע׳ קראנקע א.א.װ.) זענען אויפן ארט דערשאםן געװארן.

passage_c89cf8f0db437da7587ab033
Passage 5normalized OCR · source chars 3511-4405

אין שטאט האבן כםדר געקרײזט ס.ם.־לײט אין העלמען באװאפנט מיט האנט־גראנאטן און קורצע אויטאמאטישע ביקםן• אויף דער טארגאװיצע זענען די פארזאמלטע מענטשן בערך א 8500 ײדן געװארן ארומגערינגלט מיט א געדיכטן שפאליער פון דער גראנאטאװער פאליצײ- װי אויך פײער־ לעשער און אויסגעשטעלט אין רײען צו 5 מאן דורך דעם גרויס־מערדער און םאדיסט פון קיעלץ שופא־קאמענדאנט הופטמאן גײער, (•1^06) דעם רוצח פון דער ײדישער באפעל־ קערונג אין דער גאנצער קיעלצער װאיעװאדשאפט, און דעט עקזעקוטאר פון דער ײדן־פארניכטונג אין ראדאמער דיםטריקט שילד. דער הויפטמאן גײער האט באפוילן אפצוגעבן גאלד, געלט און זילבער. די רוצחים זענען ארומגעגאנגען מ׳־ט קויבערם און געזאמלט די װערטפולע חפצים. זײ האבן אראפ־ געריםן פון די פרויען זײערע קידושין־רינגלעך װי אויך אויער־ רינגלעך. פיל פרויען זענען רעװידירט געװארן ביז צום לײב, כדי צו זען צי זײ האבן נישט אײנגענײט קײן גאלד אדער געלט. אזוי ארום האבן זיך די קויבערם גיך אנגעפילט מיט ײדיש צירינג און געלט.

passage_86c34ddb519729f733c12ed4
Passage 6normalized OCR · source chars 4407-4762

די פארזאמלטע אויף דער טארגאװיצע זענען געװען געצװונ־ גען צו שטײן א גאנצן טאג אן עםן און טרינקען בײ אן אויםערגעװײנלעכער אין די ערשטע טעג פרן אקטאבער־היץ. פון צײט צו צײט האבן די דײטשז און אוקראאינער ארײג־ געשאםן אין דער שטײענדיק אין א טויטער שטילקײט מאםע. אלע מאל איז געפאלן א פרישער קרבן. איבער 70 טויטע זענען געפאלן אויפן פלאץ, דערונטער קלײנע קינדער׳ װעלכע

passage_6958deb79fc223d71e17226d