779 םנקם נמיעלניק 780 געענדערט מײן פלאן. עם האט מיך אזוי שטארק געצויגן מײן הויז, געבן נאך איץ קוק אויף מײן הויף. טראץ מיץ מורא עם זאל מיך קײנער נישט זעען, האב איך נישט געקענט בײ זיך פועלן, איך זאל נישט נאך איץ בליק אויף דעם אלעמעו געבן. איך האב טאקע גוט געטאן, בין נאך .אריץ צו מײן קריסטלעכן שכן, דארט האב איך אפגענומען א גרום פון מײן ברודער ישראל טײער, אז ער געפינט זיך טאקע־אין קיעלצער ארבעטס־לאגער. דער גרום פון מײן אײנציקן ברודער, אז ער לעבט, האט מיך זײער געשטארקט און צוגעגעבן מוט. איך געזעגן מיך מיט מײן גוײשן שכן, גיב דעם לעצטן קוק אויף אונדזער הויז און לאז זיך אין װעג. די הויפט־סכנה פאר א הײמישן גוי איז ענדלעך פארבײ. איך בין שוין אויםער דער שטאט כמיעלניק, איך גײ מיר לאנגזאם. פון צײט צו צײט זע איך װי א פויער פארט מיט פערד־און־װאגן אין שטאט. איך פיל א שטארקע מידקײט, פאלט מיר אײן א געדאנק, אפשר צוגײן אץ בעטן בײם פויער, ער זאל מיך אויפנעמען אויף ױץ װאגן. איך שלאג זיך מיט דער דעה ־ יא אדער נישט צוגײן. איך בין נישט צוגעגאנגען און שפעטער האב איך מיך געפרײט, װײל אויף געװיסע פונקטן זענען זשאנדארמען ארוים און קאנטראלירט די פורן צי זײ שמוגלען נישט טדיפענע םחורווז אין שטאט ארײן. מיך אבער האט מען גישט רעװידירט, וױיל פוםגײערם האבן זײ נישט פארהאלטן.
אזוי ארום בין איך מיר בשלום אנגעקומען קײן קיעלץ, װו מײן פרײנדין איז שוין געשטאנען און געװארט אויף מיר. זי האט מיך מיטגעממען צו אירע באקאנטע קריסטן. דארס• זענען מיר געװען ביזן אװנט. מיר האבן באשלאםן צו פארן מיטן נאכטצוג, כדי אנצוקומען פארטאג קײן װארשע. אין אװנט זענען מיר אװעק אויפן קיעלצער װאקזאל. װען דער צוג איז אנגעקומען, זענען מיר ארײן צוזאמען מיט פיל אנדערע פאסאזשירן, מײסטנס פרויען שמוגלארזשעם, װעלכע האבן אין צײט פון קריג געשמוגלט פון קלײנע שטעטלעך לעבנםמיטל אין דער גרויםער שטאט װארשע. מײן פרײנדין האט דאם אויך געמאכט. זי האט מיר אויך געגעבן אײן פעקל אין האנט׳ עם זאל הײםן, אז אויך איך בין אזא. גאט זײ דאנק, מיר זענען שוין .אדורך ראדאם און מיר האבן קײן רעװיזיע נישט געהאט. װי מיץ פרײגדין האט מיר דערצײלט, האבן זײ כמעט תמיד געמוזט אין ראדאם מיטמאכן א רעװיזיע. דאם מאל זענען מיר אדורך דעם גאנצן װעג אן שטערונג• מיר האבן זיך שטארק געפרײט װען מיר האבן געזען, אז מיר זענען שוין אין װארשע. איך בין דאס ערשטע מאל אין מײן לעבן אין װארשע. זי גיט מיר א פעקל אין האנט. זי גײט און איך גײ איר נאך. מיר האבן באזונדערם מורא געהאט פאר פאליאקן, פוילישער פאליצײ. די לעצטע האבן שטארק שאנטאזשירט ײדן אויף דער ארישער זײט — און פאר דעם װאם איך האב זיך געשראקן, איז געקומען.
װי מיר גײען שוין באלד פארלאזן די הויפט״סטאציע׳ פארשטעלט מיר דעם װעג א פוילישער פאליציאנט, לאזט מיך װײטער נישט גיץ און זאגט־ ״דו ביםט ארעסטירט !״ איך האב זיך אנטקעגנגעשטעלט, אבער באלד האבן מיך גלײך עטלעכע ארומגערינגלט און אנגעהויבן פון מיר שפאטן. זײ האבן מיך מיט כוח ארײנגעצויגן אין קאמיםאריאט, אדורכגעפירט בײ מיר א שטרענגע רעװיזיע, געפונען בײ מיר מײן גאנצן קאפיטאל. די ראפינירטע פוילישע מערדער האבן דערבײ צוגעגעבן־ ״דו האסט גליק, מיר לאזן צורו דײנע שטױול, יװײל מיר האבן שוין בײ פיל ײדן אויף דער פוילישער זײט געפוגען פיל אוצרות אין די קלעצלעך פון זײערע שטױול״. דאם איז געװען װינטער 1942. אין דער צײט פון דער קריג זענען שטארק מאדערן געװען הויכע מעגער־שטױול. אויך פרויען, װאם האבן געהאט מעגלעכקײטן דערצו, אויך פיל קריםטלעכע פרויען האבן שטױול געטראגן, דערפאר האב איך מיר טאקע געמאכט ברוינע הויכע שטיװל און טאקע ארײנגעלײגט א געװיםע םומע דאלארן אין די קלעצלעך•
נאכן אפזיצן א װינטער־נאכט, קומט צו מיר ארײן דער קאמיםאר פון קאמיסאריאט און פרעגט מיך צי איך גיב מיר אפ א דין־וחשבון׳ װאס עס דראט מיר פאר מײנע חטאים, פארן גײן אן א דערלויבניש אויף דער פוילישער זײט, פאר אויםבאהאלטן פרעמדע װאלױטע און פאר טראגן בײ זיך גאלד. ער טוט מיר א טובה — זאגט ער צו מיר — איך װעל דיר דאם אלץ צונעמען און װעל דיך פרײ לאזן, װען נישט — זאגט ער — װעל איך דיך איבערגעבן צו די דײטשי. ער גיט מיר א שעה צײט, איך זאל אויסװײלן .• ארוים אויף דער פרײ אן אײן גראשן בײ דער נשמה, אדער איבערגעבן מיך צו די דײטשן, װאם הײםט טויט. איך זיץ און באטראכט מיץ טרויעריקע לאגע. װען דער קאמיםאר קומט נאכן ענטפער, שטעל איך מיך אויף פון מײן זיצפלאץ און ענטפער אים־ ״הער קאמיםאו־! איך האב אויםגעקליבן דו זאלםט מיך איבערגעבן די דײטשן. איך װיל גײן אויפן טויט, װען דו װילסט בײ מיר אלץ צונעמען• איך בין אן מיטלען צום לעבן, א פארמשפטע סײ װי אויפן טויט, אבער װען דו גיסט מיך איבער די דײטשן, ביםטו צוזאמען מיט מיר פארמשפט. דער אונטערשיד איז אבער — זאג איך אים — צװישן אונדז בײדע, אז מיר איז שוין קײן אונטערשיד נישט, אבער דו װילסט דאך אװדאי לעבן. איך װעל אלץ די דײטשן דערצײלן, װי דו האסט פון מיר אלץ געװאלט צונעמען און מיך פרײ לאזך־•
בקיצור׳ מיר האבן אפגעהאנדלט, אז 50 םראצענט גיט ער צוריק מיטן הםכם, אז ער שטעלט מיר צו א פאליציאנט, װעלכער פירט מיך אפ אויף פולאװםקע גאם. נאטירלעך האב איך נישט אנגעגעבן דעם גענויעם נומער. אזוי איז געװען. איך שטײג אוים פון טראמװאי און קום ענדלעך אן צו מיץ פרײנדין אויף פולאװםקע. זי עפגט מיר די טיר, םאלט אויף מיר, הײבט מיך אן צו קושן, וױינט פון פרײד. ד־ דערצײלט מיר, אז זי האט געזען׳ װי מען האט מיך ארעסטירט. זי אױ געװען זיכער, אז איך לעב נישט מער. איך האב — זאגט זי