907 פנקם במיעלניק 908 דעם לאגער אין די בערג ארײן. איך האב אויך מיטגעפירס מיט זיך אלע נויטיקע מאטעריאלן אין פאל װען ס׳וועט זײן נויטיק צו באזארגן אלע מיט פאלשע פאפירן, כדי זײ :אלן זיך קענען פרײ באװעגן• נאך א שװערע רײזע און גרויסע געפארן׳ מער גײענדיק צופיס װי פארנדיק — װײל די װעגן זענען געװען צעשטערט דורך די ״מאקי״ — בין איך אין אויגוםט אנגעקומען אויפן ארט און גלײך צוגעטראטן צו דער ארבעט — באזארגן אלע ײדן מיט דאקומענטן, יעדער זאל קענען זיך ״פרײ באװעגך. אין דעם לאגער האב איך, אגב, זיך באקענט מיט מײן צוקונפ־ טיקער פרוי, ,׳זעלכע האט זיך דארט געפונען מיט אירע עלטערן אלם פליטים פון בעלגיע. אגב, איז אויך זי שפעטער געװען אקטױו אין דער אונטערגרונט־באװעגונג. אײנע פון די װיכטיקםטע ארבעטן איז דערבײ געװען דאם אדורכשמוגלען די קינדער דורך דער שװײצארישער גרענעץ׳ כדי די עלטערן זאלן זיך קענען, אן שטערונג, צעשפרײטן אין די בערג. ,א גרוים אומגליק האט אבער איבערגעריםן די רעטונגם־ארבעט, נאך דעם װי א גרופע קינדער מיט דער טײערער פירערין מילא ראסין, זענען געכאפט געװארן אין די בערג און אויפן ארט אויסגעשאכטן געװארן דורך די דייטשן.
ס׳קומט די קאפיטולאציע פון מוסאלינין. דאס איטאליענישע מיליטער פארלאזט פראנקרײך און נעמט מיט זיך מיט א גרויםן טייל פון די אינטערנירטע יידן. פיל פון זיי פאלן אבער ארײן צו די דײטשן, װעלכע ברענגען זײ אום אויף א שרעק״ לעהן אופן. מיט גרוים מםירת נפש געלונגט בערך א העלפט פינעם טראנםפארט צוריקצוברענגען קײן גרענאבל און אײנ־ צוארדענען זײ אין פארשידענע ערטער.
אין הארבסט 1943 הײבט זיך אן א נײע םעריע רדיפות אויף ײדן און רעזיםטאנטלער. דעם 11־טן נאװעמבער, קולט פאר א גרויםער צוזאמענשטויס צװישן דײטשן מיליטער און די פארטיזאנער, װעלכע לײדן גרויםע פארלוסטן. קעגן־ אקציעס׳ אבלאװעם אויף די גאסן און װעגן, די געפאר איז באזונדערס, נאטירלעך, פאר די ײדישע ױגנטלעכע. אויף א באראטונג פון אקטיװ װערט באשלאסן צו עװאקואירן זיך פין גרענאבל. איך טרעט ארויס קעגן דער שטעלונג׳ װאם באדײט לאזן אויף הפקר די אויסבאהאלטענע ײדן אין די בונקערם׳ אן א מעגלעכקײט צו באקומען פון אונדז הילף• מײן קעגנער־ שאפט צו דעם באשלוס העלפט אבער נישט. איך בלײב און מיט מיר בלויז א קלײנער טײל פון אקטױו. אין יאנואר 1944 געלונגט מיר צו רעארגאניזירן די ארבעט. איך רוף א פאר־ זאמלונג פון פארשײדענע פונקטן, צו װעלכע עם קומען פיל ױגנטלעכע, װעלכע פילן די אחרױת פאר די אומבאהאלפענע און געיאגטע. עס װערט אויסגעקליבן א נײע אנפירונג און עס הײבט זיך אויף ס׳נײ אן די ארבעט צו באזארגן מיט לעבנםמיטל די באהעלטענישן און ראטעװען די קינדער־ יתומים. דאס מאל איז שװער זײ דורכצושמוגלען אין דער שװײץ צוליב די גרויםע שנייען אין די בערג און מחמת דעם
װאס די שװײצארישע רעגירונג האט געשלאסן די גרענעץ. מיר פארבינדן זיך דעריבער מיט גלחים און פויערים און הונדערטער קינדער װערן אריבערגעפירט אין קירכלעכע יתומים־הײזער. דאס אלץ װערט געטאן מיט דער הילף פון קאמפס־גרופן פון ״מאקי״. זומער 1944 האבן אונדזערע ױגנטלעכע זיך אויך מאביליזירט אין די רײען פון ״מאק'״ און זיך באטײליקט אין די קאמפן.
דעם 4־טן ױני, 1944, באקום איך א מיםיע צו פארן קײן גרענאבל, אריבערצופירן א שיפרירטן ברױו מיט אינסטרוק־ ציעם פאר ליאן, װאם ם׳האט בײ מיר געדארפט אפנעמען א פארבינדלער פון ליאן. קײן נארמאלע טראנםפארט־פארבינ־ דונגען זענען שוין דעמאלט נישט געװען• די אויפגאבע האט מען אבער געמוזט דורכפירן. קײן צײט צו פרעגן שאלות איז נישט געװען. איך פרװו זיך פארנעמען אויף הינטערװעגן צופים ביז איך טרעף א לאסט־מאשין און בעט דעם שאפער ער זאל מיך פירן קײן גרענאבל. ארויםקומענדיק אויפן צענ־ טראלן װעג, דערזע איך מיטאמאל, אז איך בין ארײן אין א ״פולאפקע״. אין בײדע זײטן פון װעג ליגן אויםגעלײגט זשאנדארן מיט מאשין־געװער און אויטאמאבילן מיט ס,ם. פליען אהין און צוריק. איך בעט דעם שאפער, ער זאל זיך פארהאלטן. מײן אײנדרוק איז געװען, אז ער פארט אין אן ענלעכער שליחות װי איך. ער האט אבער געגלויבט, אז ער װעט פון דער געפאר ארויס בשלום. אין דעם מאמענט הערט זיך א שיסעריי און די אפאנעס פון אונדזער אויטא פלאצן. די זשאנדארן שלעפן אונדז ארויס, בינדן מיך צו צו א טעלעפאן־סלופ מיט די הענט אויף הינטן. דער שאפער פרװוט פראטעסטירן, װערט ער דערשאםן אויפן ארט. באלד פארט אן א צװײטער לאסט־װאגן, װערט אויך פארהאלטן און די ס.ם. טרײבן פון אים ארויס דרײ מענער. קאנטראלירן זײערע דאקומענטן און אײנער װערט גלײך דערשאסן. דאס איז געװען א באקאנטער ײד פון יענער געגגט. זײ פארן אװעק׳ אװדאי נאך װײטערע קרבנות, און בײ מיר בלײבט שטײן א מיליטערמאן. ער װײםט אפנים נישט װאם צו טאן מיט מיר. איך הײב מיט אים אן א שמועם. ער נעמט קאנטראלירן מײנע פאפירן, באמערקט ער, אז איך בין א נאטוראליזירטער פראנ־ צויז פון דער פוילישער אפשטאמונג, ער גײט גלײך איבער אויף פויליש. עס האט זיך, וױיזט אויס, דערװעקט אין אים א געפיל װי צו א לאנדםמאן און אט שטרעקט ער צו מיר אוים די פאפירן, בינדט מיך אפ פון סלופ, און — איך בין
פרײן אזוי בין איך ממש דורך א גס ניצול געװארן אין די לעצטע טעג ערב דער באפרײאונג. װען די מלחמה האט זיך פארענדיקט, בין איך געבליבן אין גרענאבל צום דינםט פון דער ײדישער געזעלשאפטלעכקײט. די ארבעט איז געװען צוריקצוברענגען די ײדישע קינדער פון די באהעלטענישן, אפזוכן זײערע עלטערן. פאר די יתומים האט מען אויפגעשטעלט קינדערהײמען. קאטוילישע אנשטאלטן האבן זיך גישט געאײלט צוריקצוברענגען די קינדער. געװען