חנה גאלדשטײױקאניכאװסקי / עם בענקט זיד אהיים (תל־אביב) אין קאצעט בײם נאצי־קאניבאל האט פלוצלינג זיך באװיזן א האפענונג. א שטראל. צענדליקעד פרויען װערן פלוצלינג באפרײט און װערן אפגעשיקט קײן שװעדן װײט. װאם האט פאסירט מיטן רוצחיס־זיג ? צי איז שוין ענדע קריג ? אדער עס איז בלויז א זשעסט פאר די בכבודיקע ׳שװעדישע געסט ? עס ברענען שוין די שטעט און דערפער פון היטלער־רײן צי איז דאס א באצאלונג פארן ײדישן בלוט־טײך? עס פרעסט בײס הארצן און עס טרויערט די נשמה — א סוף צום קאשמאר — א, גאט פון נקמה ! פארטיליק דאס דייטשע רוצחים־פאלק, די ערד מאך רײן, אז מארגן זאלן זײ מער נישט ברויכן צום פעלקער־משפט שטײן ! ד§ס גוטע שװעדישע פאלק, קײנמאל װעלן מיר אײן נישט פארגעסן מיר זענען צו אײך געקומען ארעם, אפגעריסן און נישט דערעסן
אײער גוטהארציקײט, געפיל און ברודערלעכע באציאונג — מענטשלעכקייט געװיםן און אײער גרויסע באמיאונג. אבער דאך בענקט זיך אהײס צו מײן שטעטל דעס קלײנעס, צו דעס װאסער װאס פליסט — בײ זײן ברעג האב איך געחלומט זיס ; צו די הויכע תבואות און גרינע פעלדער, צו די זאמדן ארום שטעטל אלן שכנותדיקע װעלדער; אוי, װי עס בענקט זיך צו זײ, — צו די װינטערדיקע טעג מיט שנײ, צו די הויכע סאסנעס, צום שמעקנדיקן װאלד. צו דעס ברונעס, צום פרימארגן־טל, צום פײגל־געזאנג און צוס װאסער־קװאל: צו די פױערישע באטעס מיט מאך באדעקט צו די אויבסט־סעדע־ר און בלומען־גארטנס, וװ עס שמעקט. צו מײן טאטן און מאמען, צו דער גאנצער משפחה צוזאמען צו מײנע שװעסטער און ברידער, צו מײן מאן און קינד װיל איך װידער ו צו מײן שטוב װי איך האב געװוינט, פון װאן איך בין געװארן אפגעשניטן אלײן ארויסגעריסן מיטן װארצל אין מארגן־שײן. איצט, — כ׳בין עלנט, אײנזאם װי א שטײן,
אך, װי איך בענק אין דעם פרעמדן לאנד, װו די מענטשן זענען גוט אבער אומבאקאנט. איך װאלט אלץ אװעקגעגעבן, בכדי נאך אמאל איבערצולעבן מײן שײנע ױגנט אין איר פולער פראכט, חלומות װעגן װעלכע איך האב פיל געטראכט. איצט איז אלץ פארשװונדן, אװעק — טרויעריק, פינצטער, עס כאפט אן א שרעק. אוי, װי איך בענק נאך דעם אלעס אן א שיעור — נאך דעס שבתדיקן שפאציר אין געדיכטן װעלדל הינטער דער שטאט — בײ פױגל־געזאנג נישט װײט פון דעס סאד. װי אין שײנע זומער־טעיג, נאך דער ארבעט, נאך דעם געיעג, פלעג איך שפאצירךגײן אהין מיט מײן יאסעלען, מיט מײן זון. קײן ארץ ישראל װיל איך פארן אין אונדזער לאנד, אין אונדזער אלטער הײם, דארט וװ חלוצים האבן פיל יארן באארבעט די ערד פזן פעלזיקן שטײן. דארט װו עס שלאפן שוין פיל יארן, אונדזעדע אבות אין די קבריס. אהין װעל איך פארן — װו מען װארט אויף מיר מיט אפענע ארעמס. צו די מויערן פון געװײן, װאס זענען דארט געבליבן שטײן. פאר זײ װעל איך אויסדערצײלן מײנע זעקס יאר פײן.
קײן ארץ ישראל, דאס איז אונדזער שטרעבן, דארט איז אונדזער הײם, אונדזער לעבן — צוריק אין גלות װעלן מיר נישט גײן. עפנט די גרענעצן \ לאזט די ײדן ארײז ו אין קײן שוס לאנד װעלן מיר זיך נישט אומקערן, װײל אלע פעלקער זעען אונדז נישט גערן. מיר װילן זײן דארט פרײ, דאס איז אלעמענס געשרײ. קײן ארץ־ישראל, דאס איז מײן גאנץ שטרעבן װו איך מת אנהײבן אויף ס׳נײ דאס לעבן. כאטש איך בין אלט און מיד, פון דער אומגליקלעכער, גרויזאמער קריג. דארט װעל איך זײן פרײ װעדן א מענטש און לעבן אויף ס׳נײ. געשריבן אין העלםיען, שוזעדן, דעם 9־םן סעברוןןר 1946.