Original scan
Original memorial-book scan 471
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-289

941 נפתלי קאנערצוקער — אין נמיעלניק אין יאר 1956 942 פארװאנדלט געװארן אין א גארטן מיט אלײען. די אויטאבוםך קאמוניקאציע גײט נישט מער דורכן מארק׳ נאר דורך דער קיעלצער גאם׳ דסרכן פינטשעװער װעג קײן בוסק. אין יאר 1956 איז געעפנט געװארן א באן־ליניע פון קיעלץ קיין בוםק׳ װאס מײדט אויס כמיעלניק.

passage_b0d5405b9dc40ba8d41929e6
Passage 2normalized OCR · source chars 291-1635

געװיםע שפורן פון דער אלטער קהילה קאן מען נאך געפינען אויף די איבערגעמאלעװעטע שילדן. באלד נאך דער אויםזידלונג פון די כמיעלניקער ײדן זענען אלע געשעפטן פארכאפט געװארן דורך ארטיקע קריםטן װי אויך דורך די פויערים פון די .ארומיקע דערפער. די שילד פון לײבל װילטשיקם רעזורע איז געבליבן די זעלבע. דער נאמען איז נאר איבערגעמאלעװעט געװארן אויף פאװעלעץ. װען מען קוקט זיך אבער גוט צו׳ זעט מען נאך די אותױת פון װילטשיק. די שילד פון יאםל מאשענבערג איז איבערגעמאלן אויפן נאמען פון א געװיסן פיאטרקאװסקי׳ א גוי װאם האט אמאל געלערנט דאם פאך בײ יאסלען. כמיעלניק אלם האנדל־ שטאט און צענטער פון די ארומיקע דערפער און שטעטלעך׳ עקסיםטירט נישט מער. עם זענען דא עטלעכע קאאפעראטױון און א פאר קלײנע געװעלבלעך׳ װאם האבן קײן שום באדײטונג פאר דער אנטװיקלונג פון דער שטאט. פיל אמאליקע ײדישע געשעפטן זענען געענדערט געװארן אויף װוינונגען פאר די גױים פון די דערפער. אויף מאנכע געשעפטן הענגען נאך די שילדן מיט ײדישע נעמען. די קריםטלעכע בעקערײען פון פאר דער קריג׳ װי פאקאשינםקא א״א׳ זענען װײטער געבליבן• מאקאװקא׳ דער אמאליקער קריםטלעכער מאנופאק־ טור־םוחר פון קלײנעם מארק האט א קלײן געװעלבל פון עטלעכע שטיקלעך שניט־סחורה אין הויז פון לעשמאנען װו עס האט לעצטנס געהאט די שענק איזאק װײגשטײן. די אפטײק און דער ״סקלאד אפטעטשני״ זענען װײטער װי געװעזן אויפן זעלבן פלאץ. אין בנין פון אלטן מאגיסטראט קעגנאיבער משה מענטליקס הויז געפינט זיך א קיגא• אין דער פינטשעװער גאם געפינען זיך קאאפעראטױון.

passage_c2454b68b129715a2c3949c9
Passage 3normalized OCR · source chars 1637-1834

אט דאם איז דאס בילד פון הײגטיקן כמיעלניק. פון די איבער 10 טויזנט נפשות פון פארן קריג׳ לעבן הײנט דארט װײניקער װי 3000 נפשות׳ מערםטגטײל פון די דערפער װאם האבן פארכאפט װוינונגען אין שטאט נאכן פארטרײבן

passage_634508cfcaa740564909aace
Passage 4normalized OCR · source chars 1836-3404

די ײדן. אלץ איז אפגעמעקט װי נאך טויזנט יאר. משה׳קע פײגגאלדס זדיזן־געשעפט װערט געפירט דורך דער רעגירונג. די בודקעם פון קלײנעם מארק זענען פארשװונדן. די אמאליקע יארידן קומען שוין מער נישט פאר׳ דער באװוסטער מארק־ טאג דאנערשטיק׳ איז א גרויער טאג. די מיליץ׳ אמאל האט עם געהײםן פאליצײ׳ געפינט זיך װײטער אין בערל גראנעקם הויז. דער מאגיםטראט געפינט זיך װו עם איז אמאל געװעזן דאם אלטע שפיטאל נעבן דעם קאשטשיאל־טומאה. דער אנהויב פון דער טומאה־גאם׳ לעצטנם 3־טע מאי־גאם׳ װו עם האבן געהאט די טשײנעם די קלארמאנם׳ עקםימטירט נישט מער. דער בגין איז פונאנדערגענומען געװארן און אויפן פלאץ איז געשאפן געװארן א סקװער. דער טארטאק פון די בלאנקעס איז אין גאנצן צעשטערט און דער טארטאק פון משה אהרן זאלצמאן אין םוכאװאלע װי אויך אלע קאלכאוױונס געהערן צו דער מלוכה. אין אמאליקן מארק און צענטער פון הײנטיקן גארטן שטייט א מאנומענט פאר דער רויטער ארמײ• די ײדישע פאבריקן פון ליכט׳ זײף׳ לעדער אאז״װ זעגען מער נישט פאראנען. געבליבן איז דאם שעכטהויז. די פאםט װאם האט זיך געפונען אינעם הויז פון מאנעם װײנבערג איז פארברענט געװארן און געפינט זיך אין הוח פון מלך אגנעװיטש. די גרויםע פאלקם־שולע איז אינעם גרויםן הויז בײ דער קאלײקע. האגטװערקער־װארשטאטן׳ פון שוםטערם• שנײדערם׳ םטאלארעם׳ זענען נישטא מער. עס געפינען זיך בלויז׳ װי געזאגט׳ עטלעכע נעבעכדיקע קאאפעראטױון. נישטא מער קײן מלוכה־אױטאבוםן־קאמוניקאציע. פון דער אמאליקער גענדז־צוכט׳ פעדערן־אינדוםטריע און האנדל׳ מיט װאס כמיעלניק האט געשמט׳ איז קײן זכר נישטא• צום םוף װיל איך דערמאנען אן אינטערעםאנטע באגעגע־ ניש. ערב מײן אפפאר האב איך באזוכט דעם כמיעלניקער ײדן־פריינט מיכניצקי. שמועסנדיק מיט אים האט ער מיר אנגעװיזן אויף שולעם (שלום) דעם משומד. איך האב זיך

passage_dd23562cf514e8d9ed073c2f
Passage 5normalized OCR · source chars 3405-3696

צעשמועסט מיט דעם משומד װעלכער האט זיך מיט 40 יאר צוריק געשמדט און געװוינט אין דארף. הײנט איז ער שוין אלט איבער 70 יאר. ער האט מיר אפנהארציק אין א כמיעלניקער ײדיש געזאגט׳ אז ער װאלט נאך געװאלט אין די לעצטע יארן פון זײן לעבן׳ װערן צוריק א ײד און פארן קײן ארץ־ישראל. דאס איז זײן אײגציקער באגער.

passage_1cdc555c66da63ffbeda5ae8