Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 482
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1027

963 פנקס כמיעלניק 964 דערזנויגן געװאח אױף דער תורה פון אונדזער לערער ״שטארבן אדער דעראבערן דעם בארג״... אויב דער גורל װעט אזוי װעלן זאלט איר, ליבע עלטערן, נישט טרויערן, וױיל מײן בלוט איז םארגאםן געװארן פארן פאטערלאנד, װאם איר אץ איך האבן אזוי ליב״... איתן מײזל זון פון חנה ראזנבלום־מײזל. געבוירן אין 1931 אין ירושלים. נאכן ענדיקן די שולע געװען טעטיק אין ״השומר הצעיר״ און אװעק אױף הכשרה אין קיבוץ שער העמקים. ארויםגעװיזן באזונדערע פעאיקײטן צו מוזיק און באליבט געװען בײ זײנע חברים מיט זײן הארציקן הומאר. בעתן מלחמה־אױסברוך געשיקט געװארן מיט זיץ גרופע צוהילף דעם קיבוץ להבות הבשן, אויף דער סירישער גרענעץ אין גליל העלױן. דארט איז ער שװער פארװונדעט געװארן אין א האנט. פון דעם האט ער געליטן ביז זײן פאלן• א האלב יאר שפעטער האט ער זיך באזעצט מיט זײנע חברים אין נײעם קיבוץ הראל אויפן װעג קײן ירושלים. נישט געקוקט דערויף, װאם אלס חבר אין א גרענעץ־קיבוץ איז ער פרײ געװען פון רעגולערן מיליטער־דינסט, האט ער זיך פוגדעסטװעגן מאביליזירט אין דער ארמײ און נאכן דורכמאכן אן אפיצירן־קורס, אױסגעפירט פארשידענע מיליטערישע אויפגאבן אין נגב.

passage_7aafdf1307f78163d8caacd1
Passage 2normalized OCR · source chars 1029-2192

י״ד אלול תש״י, בעת אן אינםפעקציע אין ראיאן פון בית גוברין, איז אן אויטא מיט אפיצירן ארויף אויף א מינע, אונטערגעלײגט דורך אראבישע ארײנדרינגלער פון יענעד זײט גרענעץ. איתן מיט דרײ םון זײנע חברים זענען אומגע־ קומען. אשר םוכעצקי זון פון צבי און ריקל. געבוירן אין יאר 1915. עולה־געװען מיט די עלטערן אין יאר 1925. נאכן ענדיקן די פאלקסשולע געארבעט אלם םטאלער. אין 1932 זיך אנגעשלאםן אין ״הגנה״, אנטײלגענומען אין די אקציעס פון דער ״אומלעגא־ לער״ עליה. אין 1936 דערפילט װיכטיקע פונקציעם אין דער געגנט םץ תל־עמל. געװען אויך באקאנט אלם אױסגעצײכנטער םפארטלער פון ״הפועל״ און זיך באטײליקט אין דער אלימפ־ יאדע פון יאר 1932 אין בעלגיע, אין די פארמעסטונגען פון שװימען און װאסער־באל. בײם אויסברוך פון באפרײאונגם־קריג זיך מאביליזירט אין די שמירה־אפטײלונגען פון ״הגנה״. געפאלן פון פײנטלעכע קױלן אין א פאזיציע געבן זײן הויז אין תל־עמל. געבראכט געװארן צו אײביקער רו אין חיפה• איבערגעלאזט א םרוי און מײדעלע. ישראל מאכטינגעי געבוירן אין יאר 1918. זײן מוטער איז געװען א שװעםטער פון לאװניק ױםף ראזנבלום. נאך דער מוטערס טויט איז די משפחה אריבער קײן קיעלץ, עולה־געװען בעת די בלוטיקע געשעענישן אין 1936, זיך גלײך מאביליזירט אין דער הגנה, און געװען א ״גאפיר״ דערפילנדיק װיכטיקע אויפגאבן.

passage_0b78e25ff816732f1917e83c
Passage 3normalized OCR · source chars 2194-3197

בעתן װעלטקריג געװען פון די ערשטע פרײװיליקע, .ױאם האבן זיך מאביליזירט אין די ארץ־ישראלדיקע אײנהײטן אינערהאלב דער בריטישער ארמײ. נאכן דעמאביליזירן זיך פון דער ארמײ געװען טעטיק אין דער אונטערערדישער באװעגונג קעגן דער בריטישער מאכט. אין 1947 און 1948 דערפילט פארשידענע פונקציעס אין ״הגנה״ און אין צה״ל. ער איז געפאלן בעת דער םיני־מלחמה אין 1956, פירנדיק אן אויטאמאביל מיט זעלנער צום פראנט. געװוינט אין רמלד״ פאריתומט א פרוי מיט 2 קינדער. חײם מילער געבוירן דעם 11.12.1938, זון פון ױכבד און שמחה מילער. געהאלפן תמיד אין דער פרנםה פון זײנע עלטערן, די אײגנ־ טימער פון א קיאסק בײם ים־ברעג אין תל־אביב. באלד נאכן ענדיקן די פאלקסשולע ״גאולה״ האט ער אנגעהויבן צו ארבעטן אין די אויטאבוסן־גאראזשן פון ״זץ׳/ אײנצײטיק האט ער נישט רעזיגנירט פון װײטערדיקן שטו־ דירן• ער האט געענדיקט פינף קלאסן פון אן אװגט־גימנאזיע און דערנאך געלערנט מאשין־מעכאניק אין די אװגט־קורסן פאר פאכלעכער אויםבילדונג פון דער האגטװערקער־שולע א.נ. פון מאקס פײן. פון א לערן־ײנגל בײ דער ארבעט איז ער גי״ײד געווארן א זעלבשטענדיקער מאשין־מעכאניקער.

passage_f690a2f4a593c4741925d466
Passage 4normalized OCR · source chars 3199-3763

תמיד גרײט געװען יענעם צו העלפן. דאס איז אויך געקומען צום אויסדרוק נאכדעם װי אויפן ארבעטם־פלאץ האט זיך באװיזן אן אויפרוף, װאס האט גערופן פרײװיליק זיך צו מעלדן העלפן די גרענעץ־דערפער. חײם איז געװען דעד ערשטער װאס האט זיך געמאלדן, און נישט געקוקט אויף דער קעננערשאפט פון די עלטערן, איז ער אװעק אין קיבוץ כרמיה אויף דער גרענעץ פון עזה־פאס. ״זײ זענען דאך אזוי װײניק דארט. מ׳מוז זײ העלפן !״ — האט ער אײנגעטעגהט מיט די עלטערן און זיך געזעגגט. געזעגנט און מער נישט צוריקגעקומען. געפאלן בעתן האלטן בײנאכטיקע שמירה אין דעם גרענעץ־דארף. דאס איז געװען דעם ד־טן פעברואר 1956.

passage_9980a2a9c902433d073f2483