993 כמיעלניקער אין ישראל 994 צופירן די ײדן צו די א״י־ברעגעם. װאכנלאנג האט די שיף געװאגלט איבערן ים ביז װאנען די עולים האבן זיך צעבונ־ טעװעט׳ געבונדן דעם שיפסקאפיטאן מיט דער מאנשאפט און מיט אײגענע כוחות צוגעפירט די שיף אין א פינצטערער נאכט — אונטער דער נאז פון די ענגלענדער — צו די ברעגן פון ארץ־ישראל, נישט װײט פון חיפה. פון דארט האט די ״הגנה״ די מענטשן אפגעפירט אין פארשידענע פוגקטן. צװישן זײ האט זיך, װי געזאגט, אויך געפונען װאלף טשעטשערסקי• בײם אויסברוך פון װעלטקריג האט טשעטשערםקי זיך פרײװיליק געמאלדן אין ענגלישן מיליטער־דיגסט, גענומען אנטײל אין די קאמפן פאר דער באפרײאונג פון איטאליע און פארװונדעט געװארן אין לינקען אויג. אין די פליטים־לאגערן אין איטאליע באגעגנט ער זײן ברודער. נאך דער פראקלאמירונג פון מדינת ישראל הײבט ער אן צו ארבעטן אין דער ארדענונגם־דינסט פון דער כנסת. דעם פאראנטװארטלעכן פאםטן פארנעמט ער זינט דער מדינה־ גרינדונג ביזן הײנטיקן טאג. אילי גורליצקי — גורלי בתפקיד אוליבר במחזה של שקספיר אילי גארליצקי, א זון פון גרשון (איטשע־טוביה׳ס אײניקל) איז א ״סאברא״, געבוירן אין 1935 אין תל־אביב. אלט־זײענדיק 18 יאר אױ ער צום ערשטן מאל אויפגעטראטן אויף דער בינע און זינט דעמאלט ביזן הײנטיקן טאג שפילט ער אין ״קאמערי״־טעאטער.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1144
passage_8d9e822419fa2bbf1e3c831e
Passage 2normalized OCR · source chars 1146-1584
אילי געהערט צו דער פלעיאדע פון ױנגע און צוזאגגדיקע שוישפילערם פון העברעאישן טעאטער. די פיל ראלן װאס ער האט שוין פארקערפערט אויף דער בינע, האבן ארויםגערופן װארעמע אפרופן בײ דער טעאטער־קריטיק װי בײם ברײטן טעאטער־עולם. מיט דרײ יאר צוריק האט אילי געהײראט. זײן פרוי איז די ױנגע שוישפילערין גילה אלמגור, װאם האט אנגעהויבן צו צו שפילן אין ״הבימה״ און איצט טרעט זי אויף אין קאמערי. קבלת־פנים פאר די געםט פון ארגענטינע מרדכי גוטמאן מיט זײן פרוי.
passage_1755cb37b7d8a37914424448