ױםף ראזנבערג איז הערשל מאכטינגער / (נײ־יארק) דער פאראײניקטער כמיעלניקער הילפס־קאמיטעט אין אמעריקע דעם 5־טן דעצעמבער 1943 איז אין הויז פון מ. מינץ זיך צוזאמענגעקומען א גרופע לאנדםלײט און ארומגערעדט װי אזוי מ׳קען צום בעםטן העלפן אונדזערע שװעםטער און ברידער אין כמיעלניק. די פארזאמלטע האבן זײער אויפגאבע גענומען ערנסט• שטיצנדיק זיך אויף די זײער מאגערע ידי־ עות, װאם האבן אהער דערגרײכט פון כמיעלױק אין יענער צײט װען זי האט זיך געפונען אונטער דער נאצישער אקופא־ ציע, האבן מיר געפילט אז די הילפם־ארבעט, װאם איז ביז איצט געטאן געװארן (מעות חיטין און גמילת חםדים), איז װײט־װײט נישט גענוג. נאך עטלעכע פארזאמלונגען אין מײנוגגם־אויםטוישן איז קלאר געװארן, אז מען מוז האבן בלויז אײן ארגאניזאציע, ד. ה. א פאראײניקונג פון אלע כמיעלניקער ארגאניזאציעס• װעלכע עקזיםטירן אין נױ־יארק כדי מיט פאראײניקטע כוחות אנצוגײן מיט דער הילפס־ארבעט. אזוי ארום איז אין םעפ־ טעמבער 1944 אװעקגעלײגט געװארן דער פונדאמענט פאר אײן פארײניקטע הילפם־ארגאניזאציע פאר כמיעלניק. אגב, איז די פאראײניקונג נישט אזוי לײכט אנגעקומען, װײל אינעם כמיעלניקער פאראײן זענען א צאל מיטגלידער געװען נישט קײן כמיעלניקער לאנדםלײט, און זײ זענען בכלל נישט געװען פאראינטערעסירט אין הילפס־ארבעט פאר כמיעלניקער.
דעם 29־טן אקטאבער 1944 איז פארגעקומען א מאסן־ פארזאמלונג פון אלע כמיעלניקער לאנדםלײט פון נױ־יארק און אומגעגנט, און די פאראײניקטע הילפם־ארגאניזאציע פאר כמיעלניקער האט אפיציעל אנגעהויבן פונקציאנירן. אויף אט דער פארזאמלונג האבן זיך די פארזאמלטע לאנדס־ לײט געאײניקט אויף פאלגענדיקע גרונט־פרינציפן : 1) די ארגאניזאציע שטעלט זיך אלס איר אײנציקע אויפ־ גאבע צו טאן בלויז הילפס־ארבעט. 2) די ארגאניזאציע ־שטעלט פאר זיך דעם ציל צו העלפן אלע ײדן װאס לעבן אין כמיעלניק װי אויך אלע כמיעלניקער ײדן, װעלכע זענען צוליב דער מלחמה פארװארפן געװארן אין אנדערע שטעט אדער לענדער ; זײ העלפן מיט אלע מעג־ לעכקײטן זיך אײנצוארדענען אויפן ארט׳ אדער מיט רײזע־ הוצאות פאר עמיגראציע. 3) העלפן אין כמיעלגיק ײדישע קולטורעלע אינםטיטוצי־ עם און קהלשע אונטערנעמונגען, העלםן און אויםהאלטן יתו־ מים פון מלחמה־קרבנות. ם׳װערט םארשטאנען, אז מיר שטיצן נישט קײן שוס יחידים אין כמיעלגיק. ױםף ראזענבערג הערשל מאכטינגער 4) באמיען זיך אויסזוכן קרובים און באקאנטע פון כמיעלניקער לאנדםלײט.
רעזאלוציע נומער אײנס: ,דער כמיעלניקער הילפס־קא/־ד־ טעט פארפליכטעט זיך צו שטיצן אלע נאציאנאלע הילפס־ ארגאניזאציעס, װעלכע דער כמיעלניקער קראנקן־אונטער־ שטיצוגגס־פאראײן אין נױ־יארק האט געשטיצט ביז איצט מיט אן ענלעכער סומע. גלײכצײטיק װערט פארשטאנען, אז די כמיעלניקער םאסײטי װעט נישט אנפירן קײן זעלבשטענדיקע אקציע פאר רעליף״. נאך א לענגערער דעבאטע װערן אלע פונקטן גוטגע־ הײםן מצד די פארזאמלטע. ם׳װערן דערנאך אויך פארגעלײענט די פאלגענדיקע ארגא־ ניזאציאנעלע תקנות, רעקאמעגדירט פון פאראײניקונגם־קא־ מיטעט: 1) דער נאמען פון דער ארגאניזאציע זאל זײן : פאראײניקטע אמעריקאנער הילפס־ארגאניזאציע פאר כמיעלגיק, פוילן. 2) אין דער פארײניקטער הילפס־ארגאניזאציע גײן ארײן: מיטגלידער פון דער כמיעלניקער םאסײטי, מיטגלידער פון די כמיעלניקער לײדיס אוקזילערי, מיטגלידער פון דער פאראײניקטער אמעריקאגער רע־ ליף־ארגאגיזאציע. די אלע אויבנדערמאנטע האבן א רעכט צו װײלן באאמטע, און אויך אלײן דערװײלט צו װערן. צוגאב נומער אײנס : ״אלע כמיעלניקער לאנדסלײט װעלכע באלאנגען גישט צו די 3 דערמאנטע ארגאניזאציעס און װילן זיך באטײליקן אין די פארהאנדלונגען מוזן עפעס בײשטײערן